Symposium: Yiddish in the New Millennium

800 432

אין משך פֿון די לעצטע פֿופֿצן יאָר האָבן זיך אַנטפּלעקט אַ סך חידושים אין דער ייִדיש־וועלט — ניט געקוקט אויף די שטענדיקע פּלאַפּלערײַען, אַז מאַמע־לשון איז „שוין לאַנג אַן עליו־השלום‟.

כּדי צו באַקענען די אַקאַדעמיקער און גראַדויִר־סטודענטן מיט אָט די נײַע אַנטוויקלונגען אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, ווערט איצט אָרגאַניזירט אַ סימפּאָזיום מיטן נאָמען, „ייִדיש אינעם נײַעם מילעניום‟, אונטערן אויפֿזיכט פֿון ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס, געהילף־פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדיש־שטודיעס בײַם אָטאָווער אוניווערסיטעט. די קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען דעם 5טן און 6סטן נאָוועמבער 2016, אין דעם קאַנאַדער אוניווערסיטעט.

דער דאָזיקער סימפּאָזיום צילט צונויפֿצוברענגען פֿאָרשער פֿון פֿאַרשיידענע געביטן: ליטעראַטור, קולטור, לינגוויסטיק, איבערזעצונגען, סאָציאָלאָגיע, טעאַטער, פֿילם, פּעדאַגאָגיק, געשיכטע און עטנאָגראַפֿיע. דער עיקר, וועט מען באַהאַנדלען די ווײַטערדיקע טעמעס: נײַע ווערק געשריבן אָדער איבערגעזעצט אויף ייִדיש; ייִדישע ווידעאָס און פֿילמען; ייִדישער טעאַטער און מוזיק; ייִדישע שפּראַך און לערערײַ, און קהילה־לעבן אויף ייִדיש.

פֿאַראינטערעסירטע דאַרפֿן אַרײַנשיקן זייערע רעפֿעראַט־פֿאָרלייגן פֿאַרן 1טן מײַ, 2016. צו קריגן די תּקנות אין שײַכות מיטן פֿאָרלייג, אָדער נאָך אַנדערע פּרטים וועגן דעם סימפּאָזיום, פֿאַרבינדט זיך מיט ד״ר מאַרגאָליס אויף דעם אַדרעס: rmargoli@uOttawa.ca

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/194279/symposium-yiddish-in-the-new-millennium/#ixzz3yfOkD6nr