דעם 29סטן מאַרץ וועט מען אין ווענעדיק פּראַווען דעם 500־יאָריקן יאָרטאָג זינט אין דער שטאָט האָט מען געגרינדעט די ייִדישע געטאָ.
דער אַלטער ייִדישער קוואַרטאַל איז געווען פֿאַר זײַנע תּושבֿים אי אַ ברכה, אי אַ קללה. אינעם יאָר 1516 האָט דער ראָש („דאָזש‟) פֿון דער ווענעציאַנער רעפּובליק באַשלאָסן איינס פֿון די ערשטע ערטער אין דער וועלט, וווּ די ייִדן האָבן געמוזט לעבן אָפּגעזונדערט און אונטער אַ שטרענגן אויפֿזיכט. דאָס עצם־וואָרט „געטאָ‟ שטאַמט פֿונעם ווענעדיקער פֿאַרמאַכטן ייִדישן ראַיאָן. אין דער שטאָט, וווּ דון יצחק אַברבנאל האָט געלויבט די רעפּובליק ווי אַ מוסטער פֿון יורשדיקער פֿאָלקס־מאַכט, און ווי אליהו בחור האָט אָנגעשריבן זײַן גאַנץ אייראָפּעיִשן ראָמאַן „באָווע־בוך‟ מיט אַ ייִדישן טעם, האָבן ייִדן פּלוצעם פֿאַרלוירן די מעגלעכקייט צו וווינען ווי מע וויל און צו קאָנטאַקטירן פֿרײַ מיט די איטאַליענישע קריסטן.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט די קהילה ווײַטער געבליט, זיך צעוואַקסן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָמפּאַקטן צענטער, וווּ עטלעכע פֿאַרשיידענע עדות האָבן אָפּגעהיט זייער באַזונדערע שפּראַך און קולטור. יעדע גרופּע האָט געהאַט דאָס רעכט זיך אויפֿצופֿירן לויט אירע מינהגים און צו דאַוונען אין באַזונדערע „שקאָלעס‟ — שילן: די ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזים, די אָרטיקע איטאַליענישע ייִדן, און ספֿרדים פֿון שפּאַניע און מיטל־מיזרח. אין דער ווענעדיקער געטאָ איז אויפֿגעקומען אַ גרויסער ייִדישער דרוק־צענטער; אַ סך אַלטע ביכער אויף ייִדיש זענען דאָרטן אַרויסגעגעבן געוואָרן.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195569/venetian-ghetto–years/#ixzz43aL0wqYK