Yiddish Songs and Classes in Cologne

630 326

דעם 18טן פֿעברואַר וועט אינעם קעלנער „באַגעגעניש־צענטער פּאָרז‟ בײַ דער אָרטיקער שיל און קהילה־צענטער פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער קעשענעווער גרופּע „ייִדישלאַנד‟. אינעם ראַיאָן פּאָרז וווינען בערך 800 מיטגלידער פֿון דער שיל; אַ סך פֿון זיי שטאַמען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

דער דועט „ייִדישלאַנד‟, פֿונעם זינגער יעפֿים טשאָרני און דער פּיאַניסטקע סוזאַנאַ גערגוס, איז איינער פֿון די ערשטע מוזיקאַלישע גרופּעס, וואָס האָט אָנגעהויבן זינגען לידער אויף ייִדיש אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. פֿריִער זענען די מוזיקער שוין אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערטן אין רוסלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַדאַנע און אַנדערע דײַטשישע שטעט. למשל, דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל האָבן זיי געזונגען אינעם גרויסן זאַל פֿון דער קעשענעווער פֿילהאַרמאָניע מיטן קאָנצערט „מײַן ליבע בעסאַראַביע‟, צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע ייִדישע מוזיקער פֿונעם בעסאַראַבישן אָפּשטאַם.

פֿון 23סטן פֿעברואַר, הייבט זיך אינעם קעלנער קהילה־צענטער אָן אַ נײַע סעריע ייִדיש־לימודים פֿונעם קלוב „מאַמע־לשון‟. כאַראַקטעריסטיש, כּדי די פֿאַראינטערעסירטע זאָלן בעסער פֿאַרשטיין, ווערט די אינפֿאָרמאַציע אויף דער וועבזײַט פֿונעם צענטער וועגן דעם קאָנצערט פֿון „ייִדישלאַנד‟ און די ייִדיש־לימודים באַגלייט מיט אַ רוסישער איבערזעצונג.

דער קומענדיקער אויפֿטריט און די ייִדיש־לימודים איז אַ באַווײַז פֿון טיפֿע געזעלשאַפֿטלעכע בײַטן, וואָס זענען געשען במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר אין דײַטשלאַנד, צוליב וועלכע די ייִדישע קהילה אינעם לאַנד איז ווידער געוואָרן, צום ערשטן מאָל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, איינע פֿון די גרעסטע אין דער וועלט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/194709/yiddish-songs-and-classes-in-cologne/#ixzz45HawbJbn