Russian Ethnographer Praises Hasidim

630 326

מיכאַיִל טשלענאָוו, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט דעם 14טן מאַרץ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, מיט זײַנע מחשבֿות און פּראָגנאָזן אויף להבא. דער אַרטיקל איז לכתּחילה דערשינען אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע און איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ צאָל פּאָפּולערע רוסישע אויסגאַבעס, לאַוו־דווקא ייִדישע.

טשלענאָוו איז אַ פּראָמינענטער רוסלענדישער עטנאָגראַף, שפּראַכן־קענער, פּראָפֿעסאָר־לינגוויסט און כּלל־טוער. אין די 1970ער יאָרן האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט ייִדישע שטודיעס אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

טשלענאָווס אַרטיקל הייבט זיך אָן מיט אַ קליינער הקדמה, וווּ עס ווערט דערקלערט דער באַקאַנטער פֿאַקט, אַז אינעם יאָר 1897 האָבן 97 פּראָצענט ייִדן אין רוסלאַנד געענטפֿערט בעת דער פֿאָלקס־צייכענונג אינעם לאַנד, אַז זייער מאַמע־לשון איז ייִדיש. דער מחבר דערמאָנט די לייענער, אַז אין דער וועלט זענען פֿאַראַן בערך 5,000 פֿאַרשיידענע שפּראַכן; אַפֿילו פּראָפֿעסיאָנעלע לינגוויסטן קאָנען אָנרופֿן אַ פֿינפֿטל פֿון זיי. צוליב דעם גלאָבאַליזאַציע־פּראָצעס גייען ס׳רובֿ מענטשלעכע קולטור איצט אונטער מיט אַ שרעקלעכער שנעלקייט. עס קאָן זײַן, אַז אין 50 יאָר אַרום וועלן 90 פּראָצענט לשונות בלײַבן, צום בעסטן, בלויז אינעם זכּרון פֿון ספּעציאַליסטן.

ווי אַזוי זשע קען דאָס זײַן, חידושט זיך דער מחבר, אַז כּלערליי אָרגאַניזאַציעס פֿאַרטיידיקן די זעלטענע חיות און געוויקסן, און וועגן די זעלטענע שפּראַכן זאָרגט זיך קיינער נישט? במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט ייִדיש זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ מעכטיקער פֿאַרשפּרייטער נאַציאָנאַלער און אייראָפּעיִשער שפּראַך אין איינס פֿון די זעלטענע לשונות. דרײַ סיבות ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי די הויפּט־פֿאַקטאָרן פֿונעם דאָזיקן טרויעריקן פּראָצעס: דער חורבן, ציוניזם און אַסימילאַציע.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195718/russian-ethnographer-praises-hasidim/#ixzz5fSY3K9kE