Cantor Brings Yiddish to Las Vegas

800 500

דעם 9טן און 10טן אַפּריל וועט אין לאַס־וועגאַס, נעוואַדע, פֿאָרקומען אַ ייִדישער מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל, „ייִדיש לאַס־וועגאַס‟, מיט אַ שלל פֿון אַקטיוויטעטן פֿאַר קינד־און־קייט.

דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען אינעם „טעמפּל סיני‟, וווּ די חזנטע איז העטער קלײַן, אַ קלאַסיש־טרענירטע זינגערין פֿון אָפּערע און אויך אַ געטרײַע ליבהאָבער פֿון ייִדיש געזאַנג. איידער זי איז אָנגעשטעלט געוואָרן ווי די חזנטע פֿון דער לאַס־וועגאַסער סינאַגאָגע פֿאַראַיאָרן זומער האָט זי 10 יאָר לאַנג זיך באַטייליקט אינעם יערלעכן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל, „קלעזקאַנאַדע‟, און האָט די לעצטע דרײַ יאָר אויפֿגעטראָטן אין אַ נײַער פּיעסע אויף ייִדיש בעת דעם קאַנאַדער פֿעסטיוואַל.

בעת אַן אינטערוויו אויף דער וועבזײַט פֿון AXS-TV פֿאַראַיאָרן האָט קלײַן אויסגעדריקט איר ליבשאַפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור . „איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס איך בין אַזוי גליקלעך מיט מײַן נײַער פּאָזיציע איז ווײַל איך וויל באַקענען מײַן ציבור מיט דער פּרעכטיקער ייִדישער שפּראַך און מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור דורך מוזיק.‟

„ייִדיש לאַס־וועגאַס‟ איז, אַ פּנים, אַ רעאַליזירונג פֿון קלײַנס וויזיע. צווישן די פֿאַרשידנאַרטיקע אַקטיוויטעטן דעם סוף־וואָך, שפּילט דאָס מאַמע־לשון אַ הויפּט־ראָלע. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס וועט מען דורכפֿירן די קבלת־שבת תּפֿילות אַראַנזשירט מיט ייִדישע מעלאָדיעס.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/196042/cantor-brings-yiddish-to-las-vegas/#ixzz45SQ2ILiX