הײַיאָר, האָט דער ישׂראלדיקער דזשאַז־מוזיקער לעאָניד פּטאַשקאַ געגרינדעט אַן אייגענע פּראָגראַם „צוגאַסט בײַ פּטאַשקאַ‟, וווּ די קולינאַרישע רעצעפּטן ווערן קאָמבינירט מיט מוזיקאַלישע אימפּראָוויזאַציעס אויפֿן נײַעם רוסיש־שפּראַכיקן אינטערנאַציאָנאַלן טעלעוויזיע־קאַנאַל ILand. אינעם צווייטן נומער פֿונעם קאַנאַל איז די אוקראַיִנישע עסטראַדע־זינגערין אירינאַ ראָזענפֿעלד אויפֿגעטראָטן אויף ייִדיש מיטן ליד „בײַ מיר ביסטו שיין‟ און געוויזן, ווי אַזוי זי גרייט צו קאַרטאָפֿל־לאַטקעס. במשך פֿון דער שעה־לאַנגער פּראָגראַם, האָט ראָזענפֿעלד אויך געזונגען אַ פּאָר אַלטע אַמעריקאַנער לידער אויף ענגליש.
ס׳איז קלאָר, אַז די זינגערין מאַכט נאָך דעם באַקאַנטן סטיל פֿון די שוועסטער בערי, וועלכע האָבן געזונגען ייִדישע לידער אינעם נוסח פֿון דער אַמעריקאַנער דזשעז־ און סווינג־מוזיק. הגם דער קאָמפּאָזיטאָר שלום סעקונדע, וועלכער האָט געשאַפֿן דאָס פּאָפּולערע ליד „בײַ מיר ביסטו שיין‟, האָט געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע, האָט ראָזענפֿעלד ליב צו זינגען אינעם דזשעז־סטיל ייִדישע און אוקראַיִנישע לידער.
פּטאַשקאַ איז געבוירן געוואָרן אין באַקו, אַזערבײַדזשאַן. אינעם יאָר 1981 איז ער געוואָרן דער ערשטער סאָוועטישער געווינער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן דזשעז־קאָנקורס אין פּוילן; אָנגעהויבן כּסדר אויפֿטרעטן מיט קאָנצערטן אַרום דער וועלט, און אינעם יאָר 1990 אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ אים האָט זיך, ביסלעכווײַז, אײַנגעגעבן צו פּאָפּולאַריזירן דעם דזשעז־סטיל. ווען ער האָט זיך באַזעצט אין אַשדוד, איז דזשעז דאָרטן, צוערשט, געווען אומבאַקאַנט. אין אַמעריקע איז ער באַוווּסט ווי איינער פֿון די בעסטע דזשעז־מוזיקאַנטן.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195782/yiddish-jazz-from-ukraine/#ixzz48xYTLoz7