אונטער גרינע ביימעלעך
אונטער אַ גרין ביימעלע שטיל צוויי ייִנגעלעך רעדן, טענהן וועגן אַ מיידעלע און עסן זויערע עפּל.
אונטער אַן אַנדער ביימעלע צוויי מיידעלעך זיך סודען זיי שמועסן וועגן אַ ייִנגעלע און עסן זויערע פֿלוימען.
אין פֿעלד צווישן גאָלדענעם קאָרן אַ ייִנגעלג ליגט מיט אַ מיידעלע — ס’וועט זײַן וואָס צו רעדן אויך מאָרגן אונטער די גרינינקע ביימעלעך…
דאָקטער, לייען איבער
דאָקטער, לייען איבער, וויפֿל ס’איז פֿאַרשריבן אויף מײַן האַרץ דעם מידן שורות וועגן ליבע.
וויפֿל שורות שיינע זײַנען אויסגעמעקט, וויפֿל ווערטער וויינען — די ליבע איז אַוועק.
בלויז אַ שורה דאָרטן מיט יעדער אות עס גלאַנצט, צוליב איר, מײַן דאָקטער, האָט מען דאָך אַ האַרץ!…
וווּ ביסטו געווען
וווּ האָסטו געבלאָנדזשעט אַזוי פֿיל יאָרן? — זאָג. הײַנט ביסטו געקומען מיטן העלן טאָג.
דו ביסט שיין געבליבן איך פֿון וואַרטן — גרוי. וווּ האָסטו געבלאָנדזשעט, מײַן באַשערטע פֿרוי?…
אויב אַ מאָל וועט זוכן, עמעצער דײַן סליד, וועט ער אים געפֿינען אין מײַן יעדער ליד…
זאָל זיך דרייען דאָס דריידל
עס דרייט זיך און דרייט זיך דאָס דריידל עס ווערט ניט אַ פֿרוי קריק אַ מיידל. עס קלינגען און קלינגען די רינגען עס ווערט ניט אַ מאַן קריק אַ ייִנגל.
נאָר ווי לאַנג זאָל זיך דרייען דאָס דריידל מײַן ליבע פֿאַר מיר בלײַבט אַ מיידל. נאָר ווי לאַנג זאָלן קלינגען די רינגען — פֿאַר מײַן ליבער בלײַב איך אַ ייִנגל…
אַ מיידל וואַרט איר באַשערטן
(פֿאָלקסמאָטיוו)
עס פֿאַלט אַ טרוקן בלעטל אויף דער נאַסער ערד, וווּ זשע איז מײַן חתן, וואָס גאָט האָט אים באַשערט?
וויפֿל קאָן איך וואַרטן, גאָטעניו, מיר זאָג, עס קומט צו מיר דער שכן מיט בלומען יעדן טאָג.
די מאַמע מאַכט מיט כּעס מיר: — בלײַבן וועסט אַ מויד, זע, פֿאַר דיר דער שכן אין הויף אַ שטיבל בויט!
פֿון מײַנע אויגן רינען אַ טרערל נאָך אַ טרער… עס פֿאַלט אַ טרוקן בלעטל אויף דער נאַסער ערד…
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/moyshe-lemster/174308/underneath-the-green-trees/#ixzz2rvEjcLOn