שוין צום זעקסטן מאָל האָבן זיך פֿאַרזאַמלט די ייִדיש־סטודענטן, קינסטלער, לערער און סתּם ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך אינעם „אַרבעטער־רינגס‟ זומער־לאַגער „סירקל־לאָדזש‟ אין האָפּוועל דזשאָנקשאָן, ניו־יאָרק, כּדי צו באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם „אַ רײַזע אין ייִדישלאַנד‟. די פּראָגראַם, וואָס מע פֿלעג רופֿן „אַ וואָך אין ייִדישלאַנד‟, האָט זיך פֿאַרגרעסערט אין די לעצטע פּאָר יאָר און דויערט שוין מער ווי בלויז איין וואָך. הײַיאָר איז זי פֿאָרגעקומען פֿונעם 1טן ביזן 12טן יולי.
די פּראָגראַם האָט אַרײַנגענומען טאָג־טעגלעכע שפּראַך־קלאַסן אויף פֿיר ניוואָען, ווי אויך אַ טאָג־טעגלעכן קלאַס פֿון ייִדישע טענץ מיט סאָניע גאַלאַנץ; אַ טאָג־טעגלעכער קלאַס פֿון ייִדישע זינגלידער, אָנגעפֿירט פֿון זיסל סלעפּאָוויטש, און אַ טעגלעכער וואַרשטאַט מיט מאָטל דידנער, כּדי זיך אויסצולערנען ווי אַזוי צו שפּילן ייִדישן טעאַטער. אין די אָוונטן האָט מען דורכגעפֿירט ספּעציעלע פּראָגראַמען; צווישן זיי — אַ וואָרט־קאָנצערט פֿון שיין בייקער, מוזיקאַלישע קאָנצערטן פֿון זיסל סלעפּאָוויטש, אינאַ באַרמאַש און מײַדאַ פֿײַנגאָלד, ווי אויך אַן אָוונט, געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ לאָקאַל ווי „סירקל־לאָדזש‟, האָבן די אָנטיילנעמער אויך פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אויף דער זון און געשיפֿלט אויף דער וווּנדערלעכער אָזערע.
איך בין אַליין געפֿאָרן אין „ייִדישלאַנד‟, צו געבן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟. אַחוץ מײַן אויפֿטריט, האָב איך פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ פֿון מײַנע 24 שעה דאָרטן מיט אַנדערע יונגע־לײַט, וואָס זענען געקומען פֿון איבער גאַנץ אַמעריקע, ווי אויך פֿון ווײַטערע מקומות, אַזעלכע ווי מעקסיקע און בראַזיל, כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש און געניסן פֿון דער פּראָגראַם. אַדריאַן סילווער, איינער פֿון אָט די יונגע־לײַט איז אַ טענצער און אַקטיאָר פֿון ניו־יאָרק, וואָס קומט שוין דאָס דריטע מאָל אין „ייִדישלאַנד‟. ווי אַ קינד, האָט ער געהערט ייִדיש אין דער היים פֿון דער באָבען און נאָך איר טויט האָט ער געפֿילט, אַז ער מוז ווײַטער אָנגיין מיטן לערנען זיך ייִדיש. אויף מײַן פֿראַגע, פֿאַר וואָס קומט ער אין „ייִדישלאַנד‟ שוין דאָס דריטע מאָל, האָט ער דערקלערט, אויף ייִדיש, אַז „ס׳איז מײַן באַליבטסטע פּראָגראַם אויף דער וועלט‟; ווײַל „ס׳איז אַ שיין אָרט מיט גוטע מענטשן, וווּ מע פֿילט זיך ווי אַ גרויסע משפּחה. ס׳איז אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַ כּבֿוד צו קענען לערנען זיך בײַ אַזאַ ייִדיש־קענערין ווי חוה (לאַפּין). איך האָב אויך ליב צו טאַנצן אין דרויסן בײַ נאַכט אונטער דער לבֿנה־שײַן‟.
אויף דער פֿראַגע, מיט וואָס איז „ייִדישלאַנד‟ אַנדערש פֿון אַנדערע פּראָגראַמען פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, האָט אַדריאַן דערקלערט: „עס געפֿעלט מיר ווי ייִדיש בײַט דאָס געפֿיל פֿונעם אָרט. מע ווערט דאָ ניט געצוווּנגען צו רעדן ייִדיש ווי אויף דער ׳ייִדיש־וואָך׳, דערפֿאַר זענען די אינדיווידועלע באַציִונגען צו ייִדיש מער קאָמפּליצירט. דאָ איז ייִדיש אַ טייל פֿון דער געמיינזאַמער קולטורעלער ירושה, און ניט דווקא שטענדיק די גערעדטע שפּראַך ווי אויף דער ׳ייִדיש־וואָך׳. כאָטש ייִדיש פֿאַרבינדט דאָ אַלעמען, זענען די אופֿנים, ווי אַזוי מע באַציט זיך דאָ צו ייִדיש, גאַנץ פֿאַרשידנאַרטיקע.‟
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/179901/a-trip-to-yiddishland/?p=all#ixzz37ZHRkAF6