Seattle Builds Largest Djudeo-Espanyol Library

630 326

אין סיאַטל ווערט געשאַפֿן די גרעסטע ביבליאָטעק פֿון ביכער, בריוו און אַנדערע מאַטעריאַלן אויף לאַדינאָ — די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון די שפּאַניש־אָפּשטאַמיקע ספֿרדישע ייִדן. די וואָך, האָט די צײַטונג „סיאַטל־טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט נינאַ שאַפּיראָס אַרטיקל וועגן דעם דאָזיקן פּראָיעקט. אין פֿעברואַר, האָט אונדזער צײַטונג שוין פּובליקירט יואל מאַטוועיעווס אַרטיקל וועגן לאַדינאָ, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם דאָזיקן פּראָיעקט און זײַן ראָש, פּראָפֿ׳ דעווין נער.

לכתּחילה, האָט נער אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם אוניווערסיטעט פֿונעם שטאַט וואַשינגטאָן אין סיאַטל ווי אַ לערער פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. ווען די אָרטיקע גאַנץ גרויסע לאַדינאָ־רעדנדיקע קהילה איז געוווירן געוואָרן, אַז דער יונגער פּראָפֿעסאָר קען די שפּראַך, האָבן זיך אַ סך ייִדן געווענדט צו אים מיט אַלטע ביכער און אַנדערע דאָקומענטן, אָנגעשריבן אויפֿן דאָזיקן לשון, וואָס שטאַמט פֿונעם אַלטן קאַסטיליאַנער שפּאַניש, וועלכן די פֿאַרטריבענע ספֿרדים האָבן אָפּגעהיט אין טערקײַ, גריכנלאַנד, בולגאַריע און אַנדערע לענדער, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט נאָכן גירוש־ספֿרד.

נער האָט איבערגעגעבן אין זײַן שמועס מיט שאַפּיראָ, אַז אין קיין אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט, אויף וויפֿל ער ווייסט, לערנט מען נישט צו לייענען לאַדינאָ אין דער טראַדיציאָנעלער טראַנסקריפּציע, פֿאַרשריבן מיט די ייִדישע אותיות. דער ייִדישער אַלף־בית אין אַ סך ספֿרדישע האַנטשריפֿטן זעט אויס גאַנץ אייגנאַרטיק, אַ ביסל ענלעך צו אַראַביש, דערפֿאַר שטעלט ער מיט זיך פֿאָר אַ רעטעניש אַפֿילו פֿאַר אַ יודע־ספֿר. דער פּראָפֿעסאָר האָט אַליין אויסגעלערנט דעם דאָזיקן אָריגינעלן סטיל, ווען ער האָט געפּרוּווט צו פֿאַרשטיין די אַלטע בריוו פֿון זײַן עלטערפֿעטער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190253/seattle-builds-largest-ladino-library/#ixzz3jDCz631e