Tuscany’s Only Kosher Winery

630 473

נאָך אַ נסיעה אויפֿן ווינטיקן וועג איבער די שטילע בערגלעך פֿון טאָסקאַנע, קומט מען אָן צו אַן אײַזערנער טיר, פֿאַרפֿעסטיקט אויפֿן אָרט מיט אַ קלעפּיקער טאַשמע, אויף וועלכער עס שטייט אָנגעשריבן מיט די ייִדישע אותיות „דוד שלמה‟. כּמעט קיינער טאָר נישט אַראָפּנעמען די טאַשמע און עפֿענען די טיר, אַחוץ דעם פֿרומען פּערסאָנאַל פֿון דער כּשרער ווײַנערײַ. אַן אַנדער טיר איז געשטעמפּלט מיט אַ הכשר־צייכן.

מאַריִאַ פּעלעגריני, די בעל־הביתטע פֿון דער ווײַן־אונטערנעמונג, באַגריסט די געסט מיטן טאָסקאַנער ברויט, פּאָמידאָרן פֿון איר אייגענעם גאָרטן, און דעם כּשרן פּאַרמעזאַן־קעז. ווען זי האָט געוואָלט עפֿענען אַ ווײַן־פֿלאַש פֿון איר פֿירמע „טעראַ די סעטאַ‟, דעם „קלאַסישן קיאַנטי‟, אויסגעהאַלטן זינט 2010, האָט זי אָבער צוגערופֿן יוסי מעצגער — זײַן ייִדישן אַרבעטער מיט אַ יאַרמלקע, אַ קנאַפּער קענער פֿון ווײַנערײַ־חכמות.

פּעלעגריני האָט דערקלערט, אַז זי איז נישט קיין ייִדישע פֿרוי, דערווײַל טאָר זי נישט אָנרירן איר אייגענעם ווײַן. די בעל־הביתטע האָט דערקלערט, אַז ס׳איז „משוגע שווער‟ צו מאַכן דעם כּשרן ווײַן אין טאָסקאַנע. הגם אַ צאָל אָרטיקע ווײַנערײַען פֿאַרבעטן פֿון צײַט צו צײַט פֿרומע משגיחים, כּדי צו שאַפֿן אַ כּשרן וואַריאַנט פֿון זייערע פּראָדוקטן, בלײַבט „טעראַ די סעטאַ‟ די איינציקע אינגאַנצן כּשרע ווײַן־אונטערנעמונגן אינעם צענטראַל־איטאַליענישן ראַיאָן קיאַנטי.

די געגנט, פֿול מיט פּרעכטיקע לאַנדשאַפֿטן, וואָס דערמאָנען אין דער מאָלערײַ פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה, איז באַרימט מיט אירע אייגנאַרטיקע סאָרטן רויטן ווײַן, וואָס ווערן פּראָדוצירט אין קיאַנטי במשך פֿון הונדערטער יאָר. צוזאַמען מיט איר מאַן, דאַניעלע דעלאַ סעטאַ, היט פּעלעגריני אָפּ די הויכע סטאַנדאַרטן פֿון דער קיאַנטי־טראַדיציע. יעדעס יאָר עקספּאָרטירן זיי פֿון 35,000 ביז 45,000 פֿלעשער קיין אַמעריקע, ישׂראל און אַנדערע לענדער. אַחוץ דעם ווײַן, פּראָדוצירט דאָס פּאָרפֿאָלק אויך איילבערט־אייל און אַן אָרטיקן סאָרט האָניק.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190427/tuscany-s-only-kosher-winery/#ixzz3k92xYEp7