Poem By Rajzel Zychlinsky

313 185

רייזל זשיכלינסקיס בילד און ביאָגראַפֿיע געפֿינען זיך אין וואָך 3.

דאָס ליד איז וועגן קינדער אָבער לידער וועגן קינדער זײַנען במילא וועגן מאַמעס (אָדער טאַטעס) אויך. אויב עמעצער ווייסט וואָס זי מיינט מיט דער “אַכטער לבֿנה” אַדרבא, לאָזט וויסן.

מײַן קינד קלאַפּט

מײַן קינד קלאַפּט מט פֿארמאַכטע וויִעס
אין דעם טויער פֿון דער וועלט.
ס’איז כּיסלו –
די ווערבעס ציטערן אין פֿראָסט
און עס שמעקט די צעשטערנטע קעלט.
ס’קלאַפּט דאָס האַרץ פֿון מײַן קינד:
עפֿן!

בײַם ראָג פֿון גאַס האָב איך זיך
מיט דער אַכטער לבֿנה געטראָפֿן.
מיט ייִדישע אויגן קוק איך
דער לבֿנה אין פּנים אַרײַן:
– מײַן קינד, דאָס בלוט פֿון דײַנע אָדערן איז זאַפֿט
פֿון גלויבן און פּײַן,
געלײַטערט בײַ די טײַכן פֿון בבֿל
און בײַ די ברעגן פֿון ניל.
ס’האָט מײַן מאַמע אין אַ שטעטל אין פּוילן
געדאַוונט אין אַ שיל,
די שיל איז געווען פֿון האָלץ
אַלט זעקס הונדערט יאָר
און די ביינער פֿון די זיידעס
האָבן געלויכטן אין טאָל.

די שיל איז פֿאַרברענט
דער טאָל איז צעטראָטן.
אויף אָפּגעמעקטע קבֿרים
הויערן נאָר שאָטנס.

– כ’שטעל פּאַמעלעך די טריט.
איך גיי לײַכט אַזוי ווי אַ שטראַל,
ווי אַ וואַנדערער אין מידבר,
וואָס האָט געפֿונען אַ קוואַל.

מײַן קינד קלאַפּט מיט פֿארמאַכטע וויִעס
אין דעם טויער פֿון דער וועלט.
דער הימל איז פֿול נאָך מיט שטערן און הבֿטחות,
ווי אַ מאָל, איבער יעקבֿס געצעלט.
שווײַגנדיקע טירן, 1962

Leave a Reply

Your email address will not be published.