די אומגעריכטע הצלחה פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך אויף ייִדיש‟ האָט, סוף־כּל־סוף, געוויזן דער וועלט אַז דער טעאַטער־עולם איז גרייט און וויליק צו זען אַ מיוזיקל וווּ דער דיאַלאָג און די לידער זענען אין גאַנצן אויף ייִדיש.
די אומדערוואַרטע הצלחה פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל‟, האָט אונדז געוויזן נאָך עפּעס: אַז דער ברייטער עולם איז גרייט נישט בלויז אויף מיוזיקלס, נאָר אויך אויף מאָדערנע משפּחה־דראַמעס אויף ייִדיש.
דעם ערשטן סימן דערפֿון האָט מען שוין געקענט זען אין האַרבסט 2015 מיט דער ייִדיש־שפּראַכיקער פּראָדוקציע פֿון „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟, דורכן „ניו־ייִדיש רעפּ‟. אַרטור מילערס באַרימטע פּיעסע, איבערגעזעצט פֿון יוסף בולאָוו, שילדערט די טראַגישע ירידה פֿון ווילי לאָמאַן, אַ וואָיאַזשאָר וואָס קען נישט שלום מאַכן מיט זײַנע דורכפֿאַלן אין לעבן ווי אַ פֿאַרקויפֿער, ווי אַ מאַן און װי אַ טאַטע.
די פּיעסע האָט געקלונגען אַזוי נאַטירלעך אויף ייִדיש אַז מע האָט גרינג געקענט פֿאַרגעסן אַז מילער האָט דאָ בכלל נישט אין זינען געהאַט קיין ייִדישע משפּחה. בעת דעם קלימאַקס פֿון דער דראַמע — דעם עמאָציאָנעלן צוזאַמענשטויס צווישן ווילי (אַבֿי האָפֿמאַן) און זײַן עלטערן זון ביף (דניאל קאַהן) — האָב איך, זיצנדיק אין עולם, געוואַרט מיט פֿאַרהאַלטענעם אָטעם צו זען וואָס ס׳וועט געשען, כאָטש איך האָב שוין געוווּסט ווי אַזוי עס וועט זיך ענדיקן. די שטייענדיקע אָוואַציעס בײַם סוף פֿון דער פֿאָרשטעלונג און די פּאָזיטיווע רעצענזיעס אין דער ענגליש־שפּראַכיקער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דער “ניו־יאָרק טײַמס”, האָבן אָנגעוויזן אַז ייִדיש איז נישט בלויז אַ לשון פֿאַר קאָמיקער און מוזיקאַלישע ספּעקטאַקלען, נאָר אויך פֿאַר ערנסטע דראַמעס.
די הצלחה פֿון „שטיסל‟ איז אויך מערקווערדיק צוליב אַ צווייטער סיבה: נישט בלויז ווײַל בערך 20% פֿונעם דיאַלאָג איז אויף ייִדיש, נאָר ווײַל די מעשׂה קומט פֿאָר אינעם 21סטן יאָרהונדערט. דער הויפּטהעלד, שלום שטיסל, איז אַן אַלמן אין די 70ער װאָס דאַרף געפֿינען אַ שידוך סײַ פֿאַר זיך, סײַ פֿאַר זײַן זון; אין דער זעלבער צײַט גיט ער זיך אָפּ מיט זײַן אײגענער מאַמען װאָס פּרוװט זיך געפֿינען אַן אָרט אין מושבֿ־זקנים.
Leave a Reply