דעצעמבער 2025/כּיסלו תּשפּ״ו
ליבע גוטע־פֿרײַנד,
איך ווער תּמיד באַגײַסטערט און אינספּירירט פֿונעם ייִדיש־אָפּטימיזם. אין 1979 האָט דער טאַטע, מרדכי שעכטער – דער דעמאָלטיקער אויספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע – געשריבן אין אַ בריוו דער עקזעקוטיווע, ווען מ׳האָט געהאַלטן אין קלערן וועגן אָרגאַניזאַציאָנעלע שינויים:
ווי סע גייט איצט, אָבער, וועלן מיר נישט נאָר עקסיסטירן,
נאָר גאָר בליִען (איר וועט שוין געדענקען מײַנע ווערטער!),
אַפֿילו אינעם 21סטן יאָרהונדערט.
אָט זענען מיר, היפּשע 46 יאָר שפּעטער, פּונקט ווי ער האָט עס פֿאָרויסגעזען, און די ייִדיש־ליגע בליט ווײַטער, בשעת אַ סך אַנדערע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס זענען שוין לאַנג פֿאַרשוווּנדן. אײַער ברייטהאַרציקע שטיץ אין משך פֿון די יאָרן האָט אונדז דערלויבט ווײַטער צו קענען שאַפֿן ייִדישע פּראָגראַמען, פּראָיעקטן און פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן וואָס דערפֿילן אײַערע באַדערפֿענישן, ווי אויך די פֿון דער הײַנטיקער תּקופֿה.
מיר בליִען ווײַטער דורכן…
צושטעלן אַ פֿאָרום פֿאַר ייִדישע שרײַבערס – אין 2026 וועלן מיר פּראַווען 85 יאָר אויפֿן שוועל. איין קלייניקייט פֿאַר אַ געדרוקטן זשורנאַל! איבער הויפּט אַז מע נעמט אין אַכט די ריזיקע בײַטן ווי אַזוי מיר
לייענען און זאַפּן אײַן ליטעראַטור און אינפֿאָרמאַציע.
פּראָדוצירן ייִדישע ווידעאָס – די (ביז איצט) 74 ייִדישע ווידעאָ־אינטערוויוען אויף אונדזער יוטוב־קאַנאַל מיט איינגאַרטיקע און אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן איבער גאָר דער וועלט האָט דער עולם שוין אַ בליק געטון 143,000 מאָל און געקוקט 17,000 שעהען לאַנג. פּראָגראַמען פֿון איכות. עטלעכע קוקערס האָבן אונדז אַפֿילו איבערגעגעבן אַז זייער ייִדיש האָט זיך פֿאַרבעסערט דורכן צוהערן זיך!
אַרויסגעבן נײַע לערן־מאַטעריאַלן – מיר קומען נאָך די פֿאָדערונגען אויף ייִדישע לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר מיטעלע און ווײַטהאַלטערס. *אונדזער נײַסט סטודענטיש לייענביכל, פֿון פּרץ־דערציילונגען באַאַרבעט פֿון משהלע אַלפֿאָנסאָ – מיט מער ווי 125 עקזעמפּלאַרן שוין פֿאַרקויפֿט אין משך פֿון די ערשטע צוויי חדשים – איז ממש אַ בעסטסעלער! *ס׳קומעדיקע יאָר וועלן מיר מערטשעם אַרויסגעבן שבֿע צוקערס אַ נײַ ווײַטהאַלטער־טעקסטבוך, באַזירט אויף אויטאָביאָגראַפֿיעס, מיט גראַמאַטישע געניטונגען און קלאַנג־רעקאָרדירונגען.
סאָציאַלע מעדיע און צוטריט אָנלײַן – מיר ווערן אַלץ מער אָנזעעוודיק אין דער סאָציאַלער מעדיע, דורכן צושטעלן אינפֿאָרמאַציע אויף אַן אופֿן ווי דער עולם נעמט עס אויף. *אונדזערע „ווערטער פֿון דער וואָך“, מיט טעמאַטישן וואָקאַבולאַר און גראַמאַטישע עצות, ווערט צעשיקט צו ייִדישיסטן איבער גאָר דער וועלט און העלפֿן זיי פֿאַרבעסערן זייער גערעדטן ייִדיש. *אײַערע קשיות און פֿירלייגן געשיקטע אינעם אָנלײַן־ווערטערבוך העלפֿן אונדז דערהײַנטיקן און אויסברייטערן דעם ווערטער־אוצר. *אונדזער נײַע וועבזײַט, וואָס וועט מערטשעם דעביוטירן אין 2026, וועט זײַן אַ טײַערער רעסורס פֿאַר ייִדיש־סטודענטן און ־ענטוזיאַסטן.
נײַע אינטעראַקטיווע פּראָגראַמען – אויף דער בקשה פֿון אונדזערע מיטגלידער האַלטן מיר אין אײַנפֿירן אַ רעגולערן ווידעאָ־שמועסקרײַז. נאָך פּרטים וועלן אָט־אָט קומען!
שטעלט צו אַ ברייטע פּלייצע בײַם שטיצן די ייִדיש־ליגע (leagueforyiddish.org). דערלויבט אונדז אײַך ווײַטער צוצושטעלן נאָוואַטאָרישע ייִדיש־פּראָגראַמען און לערנוואַרג וואָס שטיצן דאָס ייִדישע וואָרט… און ווײַטער בליִען!
וואַרעמע ייִדיש־גרוסן,
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
פֿאָרזיצער


Leave a Reply