דעם 28סטן אָקטאָבער האָט זיך אין וואַרשע געעפֿנט דער נײַער מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן, וואָס הייסט טאַקע „פּוילן‟ (POLIN). צווישן אַנדערע חשובֿע געסט, האָבן זיך אין דער גרויסער חנוכּת־הבית באַטייליקט דער פּוילישער און ישׂראלדיקער פּרעזידענט.
טויזנטער מענטשן האָבן באַזוכט די אַכט אינטעראַקטיווע גאַלעריעס אינעם מוזיי, וואָס דערציילן וועגן דער 1,000־יאָריקער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן. אינעם בנין זענען אויך פֿאָרגעקומען אַ צאָל קולטורעלע אונטערנעמונגען. למשל, מע האָט דאָרטן געוויזן עטלעכע פֿילמען בעת דעם וואַרשעווער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל. אין איין מאָנטיק, ווען מע האָט אַרײַנגעלאָזט די באַזוכער אומזיסט, זענען געקומען בערך 7,000 מענטשן.
אין דער אמתן, איז דער נײַער מוזיי אין וואַרשע ווײַט נישט דער איינציקער ייִדישער מוזיי אינעם לאַנד, וואָס האָט צוגעצויגן אַן אויפֿמערק פֿונעם ברייטן עולם. סוף אָקטאָבער, האָט אַ פּאָפּולערער טוריסטישער וועגווײַזער פֿאַררעכנט דעם מער באַשיידענעם „גאַליציאַנער ייִדישן מוזיי‟ אין קראָקע ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע 10 מוזייען אין פּוילן. די חורבן־מוזייען אויפֿן שטח פֿון די געוועזענע נאַצי־לאַגערן אין אוישוויץ און מײַדאַנער ציִען אויך צו אַ סך טוריסטן.
נאַכן קראַך פֿון קאָמוניזם, האָט זיך אין פּוילן פֿאַרשפּרייט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער טראַדיציע, קולטור און געשיכטע. מע קאָן זאָגן, אַז „פּוילן‟ איז אַ הויכער שפּיץ פֿון זייער אַ גרויסן אײַזבערג.
[…]