„צוליב דעם וואָס איך בין געווען צווישן מוסולמענער אין די יונגע יאָרן האָב איך גוט געוווּסט, אַז זיי זײַנען נישט די בלוטדורשטיקע, באַרבאַרישע טעראָריסטן ווי זיי ווערן באַשריבן פֿון דער נײַעס-מעדיאַ און טעלע־עוואַנגאַליסטן.‟ — אַזוי האָט אַ מאָל געשריבן אדם גאַדאַן, אַ ייִדישער בחור וואָס האָט אָנגענומען דעם מוסולמענישן גלויבן און שפּעטער געוואָרן אַ באַרימטער טעראָריסט.
אין אַפּריל האָט דאָס „ווײַסע הויז‟ אַנאָנסירט, אַז גאַדאַן איז דערהרגעט געוואָרן פֿון אַן אָנפּילאָטניק אין יאַנואַר.
גאַדאַן איז געווען דער זון פֿון אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק מיטן נאָמען פּערלמאַן, וואָס האָט אָנגענומען דעם קריסטלעכן גלויבן, און פֿון פּערלמאַן איז געוואָרן גאַדאַן. אָדמס וועג קיין עקסטרעמיזם איז געווען אַ קלאָרער. ער האָט אָנגעהויבן זײַן לעבן אין אַזאַ סאָרט משפּחות, וואָס דערציִען די קינדער אין דער היים, כּדי „די אַרומיקע, זינדיקע וועלט‟ זאָל נישט האָבן אויף זיי קיין השפּעה. אָבער דעם יונגן אדם איז עס געווען נישט גענוג, און צו 17 יאָר איז ער אַריבער צו איסלאַם; נישט סתּם איסלאַם, נאָר אַרײַן אין אַ „חבֿרותא‟ פֿון יונגע לײַט, וואָס זיי זענען נישט געפֿעלן געוואָרן די גוטע באַציִונגען צווישן דעם פֿאָרזיצער פֿונעם מעטשעט און די ייִדן.
מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1997, איז ער אָנגעפֿאַלן אויף דעם פֿאָרזיצער און אַנטלאָפֿן קיין פּאַקיסטאַן, וווּ ער האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַפֿגאַניש מיידל. ער האָט געזאָגט זײַנע עלטערן, אַז ער אַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט, און צוליב דעם מוז ער אָפּהאַקן די קאָנטאַקטן מיט זיי. אין זײַן פֿאַרשטאַנד, האָט אַ זשורנאַליסט געמיינט צו זײַן אַ פּראָפּאַגאַנדיסט לטובֿת בין לאַדען.
אין 2004 האָט ער געמאַכט זײַן ערשטן ווידעאָ פֿאַר „אַל-קײַדאַ‟, וווּ ער האָט געזאָגט: „מיט דער הילף פֿון אַללאַ, וועלן די גאַסן פֿון אַמעריקע פֿאַרגאָסן ווערן מיט בלוט.‟ און פּונקט ווי די ייִדן זײַנען מצליח אין אַ סך בראַנזשעס, איז דער יונגער אַמעריקאַנישער ייִד געוואָרן צווישן די וויכטיקסטע פּאַרשוינען אין דער וועלט פֿון איסלאַמישן עקסטרעמיזם.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/187627/eulogy-for-a-villain/#ixzz3ZTziGXGj