Djudeo-Spanish Newspaper in Turkey

630 326

יעדעס מאָל, ווען קערען סאַרהאָן רעדאַקטירט איר צײַטונג, מוז זי אויסקלײַבן די בעסטע פֿון צענדליקער מאַטעריאַלן, וואָס זי באַקומט טאָג־טעגלעך פֿון פֿאַרשיידענע לענדער.

סאַרהאָן איז די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער איינציקער צײַטונג אינגאַנצן אויף לאַדינאָ, די טראַדיציאָנעלע ספֿרדישע שפּראַך, וואָס הייסן „על אַמאַנעסער‟ און גייט אַרויס יעדן חודש אין דער טערקישער הויפּטשטאָט, סטאַמבול. די טערקיש־ייִדישע לינגוויסטקע האָט דערציילט, אַז אין די 1970ער יאָרן האָט מען געגלייבט, אַז לאַדינאָ האַלט בײַם פֿאַרשוווּנדן ווערן. עס האָבן זיך אָבער באַוויזן יונגע אַקטיוויסטן, וואָס זענען ממשיך די לאַדינאָ־קולטור. די רעלאַטיוו נײַע צײַטונג איז איינער פֿון די פּראָיעקטן, וואָס העלפֿן אונטערצוהאַלטן און אויפֿלעבן די שפּראַך.

אַחוץ „על אַמאַנעסער‟, וואָס גייט אַרויס שוין 10 יאָר, פֿירט סאַרהאָן אָן מיטן „אָטאָמאַניש־טערקישן פֿאָרש־צענטער פֿון ספֿרדישער קולטור‟. די אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט געגרינדעט די דאָזיקע אינסטיטוציע צוליב די בקשות פֿון ייִדן, וואָס וווינען אויף פֿיר פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן און זאָרגן זיך וועגן דעם צוקונפֿטיקן גורל פֿון לאַדינאָ. דער צענטער באַקומט אויך הילף פֿונעם שפּאַנישן אינטערנאַציאָנאַלן „סערוואַנטעס־אינסטיטוט‟, וועלכער שטיצט און פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט די שפּאַנישע שפּראַך און קולטור, אַרײַנגערעכנט די ספֿרדיש־ייִדישע ירושה.

לויט דער ישׂראלדיקער איבערזעצער־אַסאָציאַציע, זענען אויף דער גאַנצער וועלט פֿאַראַן בערך 100,000 לאַדינאָ־רעדער. על־פּי־רובֿ, וווינען זיי אין ישׂראל. לויט די מער אָפּטימיסטישע חשבנות, איז די אמתע ציפֿער 2—3 מאָל גרעסער. די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס די קינדער פֿון לאַדינאָ־שפּראַכיקע עלטערן באַנוגענען זיך מיטן שׂפֿת־המדינה — ענגליש, העברעיִש, שפּאַניש, טערקיש צי אַן אַנדער לשון פֿונעם לאַנד, וווּ זיי וווינען — און לערנען זיך נישט אויס די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון זייערע אָבֿות.

די שרײַבער, וואָס שיקן אָפּ זייערע ווערק פֿאַר „על אַמאַנעסער‟, וווינען אין טערקײַ, פֿראַנקרײַך, אַרגענטינע, טשילי, ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און בריטאַניע. יעדעס מאָל באַקומט סאַרהאָן מער ווי גענוג מאַטעריאַל, כּדי אויסצופֿילן די 24 זײַטלעך פֿון דער צײַטונג, וואָס לייענען בערך 2,000 אָרטיקע ייִדן און בלויז אַרום 300 ענטוזיאַסטן אַרום דער וועלט. די אויסגאַבע איז אַ נישט־קאָמערציעלער פּראָיעקט; וועגן קיין ממשותדיקן רווח גייט נישט קיין רייד.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188617/ladino-newspaper-in-turkey/#ixzz3cswS7Wd9