בלויז אַ צוויי חדשים נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה האָט אַ חבֿרה קיבוצניקעס, וואָס האָט נאָר וואָס זיך אומגעקערט פֿונעם שלאַכטפֿעלד, זיך צונויפֿגעקומען, כּדי צו געבן אינטערוויוען וועגן זייערע איבערלעבונגען. צוויי יאָר שפּעטער, איז אַרויס דאָס בוך „שׂיח לוחמים: פּרקי הקשבֿה והתבוננות‟ (קעמפֿער דערציילן: פּרקים פֿון אײַנהערן זיך און אַרײַנקלערן זיך), וואָס איז לכתּחילה צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿאַר די אינערלעכע קיבוץ־קרײַזן.
דער ציל פֿונעם בוך איז געווען אויסצודריקן כּל־מיני געפֿילן נאָך דער מלחמה און איר פּרײַז, אַנדערש ווי דער אָנגייענדיקער „נאַציאָנאַלער נצחון־פֿעסטיוואַל‟, וואָס איגנאָרירט בטבֿע די נעגאַטיווע אַספּעקטן. מע קען דעם „פֿעסטיוואַל‟, למשל, באַמערקן אינעם טיטל פֿונעם בוך „דער זעקס־טאָגיקער וווּנדער־קריג‟ פֿון יהודה־לייב לוין. אין 1970 איז „שׂיח לוחמים‟ פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויך אויף ייִדיש מיטן טיטל „קעמפֿער דערציילן: שמועסן נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה‟. יהודה גור־אַריה שרײַבט אין דער הקדמה:
„פֿאַרן ייִדישן לייענער איז די איבערזעצונג אַ ספּעציעלע געלעגנהייט זיך צו באַקענען גאַנץ נאָענט און אינטים מיטן אויסדרוק-אופֿן און געדאַנקען-שטייגער פֿון דעם אַזוי-גערופֿענעם ׳סאַברע׳, פֿון דעם דור וואָס איז געבוירן אין ישׂראל און וואָס זעט אויס גאַנץ אַנדערש פֿון דעם סאָרט ייִדן, וואָס מ’איז געוווינט געווען צו זען אין גלות. […] די מלחמה איז געווען אַ קורצע. דער זיג — אַ קאָלאָסאַלער. אָבער די זיגער — זיי זענען אומעטיק…‟
גור־אַריה דריקט דאָ אויס דעם פֿאַרשפּרייטן אימאַזש פֿון די לינק־געשטימטע ישׂראל־סאָלדאַטן, וועלכע „שיסן און וויינען‟ — אַן אימאַזש, וואָס איז אויך באַנוצט געוואָרן אין דער ישׂראל־פּראָפּאַגאַנדע ווי אַ באַווײַז פֿאַר דער הויכער מאָראַלישער מדרגה פֿון דער ישׂראל־אַרמיי. אין יעדן פֿאַל, אַ 40 יאָר נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן דאָס בוך, איז געקומען די דאָקומענטאַר־רעזשיסאָרין מתמידה מור לושי, און גענומען אַרבעטן מיט די צונויפֿשטעלערס פֿון יענעם בוך, אַבֿרהם שפּירא און עמוס עוז, איבער אַ פֿילם, וואָס וועט אַנטפּלעקן די צענזורירטע רעקאָרדירונגען.
די ישׂראל־אַרמיי האָט צענזורירט 70% פֿון די רעקאָרדירונגען — נישט וועלנדיק, אַפּנים, באַפֿלעקן דעם אימאַזש פֿון „דער מאָראַליסטישער אַרמיי אויף דער וועלט‟ מיט געשיכטעס וועגן געפֿאַנגענע עגיפּטער, מערדערײַען, פֿאַרשיקונגען, און אָקופּאַציע פֿון אַ ציווילער באַפֿעלקערונג. לעצטנס, איז לושיס פֿילם „צענזורירטע קולות‟ (Censored Voices) געוויזן געוואָרן אינעם יערלעכן Other Israel פֿילם־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז אויך בײַגעווען.
[..]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/192698/censored-voices-heard-in-new-york/#ixzz3sXB1QXIn