איך ווייס ניט, צי עמעצער פֿאָרשט ערנסט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין שיקאַגע. אפֿשר האָב איך עפּעס דורכגעלאָזט, פֿאַרזען, אָבער אין מײַנע הענט איז קיין פֿאָרשונג פֿון אַזאַ מין דערווײַל ניט אַרײַנגעפֿאַלן. און ס׳איז אַ שאָד, ווײַל ס’איז דאָ, בלי־ספֿק, וואָס צו פֿאָרשן. אַ סבֿרא, אַז באַזונדערס אינטערעסאַנט וואָלט געווען אַרײַנצוקוקן אין דעם לאַנג־יאָריקן קאַמף, וועלכן עס האָבן געפֿירט צווישן זיך די קאָנקורירנדיקע צוויי היגע טעגלעכע צײַטונגען: דער „ייִדישער קוריער‟ און דער „פֿאָרווערטס‟.
אַ סימן, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע פֿאָרשונגען וועגן דער געשיכטע פֿון דער שיקאַגער פּרעסע אויף ייִדיש האָט מען ניט געפֿירט, זעט מען, אַ שטייגער, אין דעם ווידעראַנאַנד פֿון דאַטעס און אַנדערע היסטאָרישע פּרטים. ס’איז אַפֿילו ניט קלאָר, ווער עס האָט געשאַפֿן דעם „קוריער‟ און ווען פּינקטלעך איז דאָס געשען — אין 1887 אָדער 1888.
לויט איין ווערסיע, איז דער גרינדער געווען לעאָן זאָלאָטקאָף, אַ גאַנץ פּראָמינענטע פֿיגור אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. אייניקע מחברים באַקרוינען אים ווי דער „טאַטע פֿון אַמעריקאַנער ציוניזם‟. צוזאַמען מיט זאָלאָטקאָפֿן האָט אין דער צײַטונג געאַרבעט פּיטער ווערניק, שפּעטער אַ באַקאַנטער ייִדישער זשורנאַליסט און טוער. ביידע האָבן זיי געשטאַמט פֿון ווילנע און האָבן אַפֿילו געהאַט משפּחה־פֿאַרבינדונגען צווישן זיך. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זיי האָבן געמאַכט די גאַנצע צײַטונג זאַלבעצווייט, און זי אַליין אויסגעזעצט.
אַזוי צי אַזוי, זעט אויס, אַז דער „ייִדישער קוריער‟ האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס, ווען איר באַלעבאָס איז געוואָרן כּתריאל שאַראַזאָן, דער פֿאַרלעגער פֿון דער ניו־יאָרקער צײַטונג „טאַגעבלאַט‟; ווי מיר ווייסן, איז דאָס געווען, זינט 1885, די ערשטע טעגלעכע ייִדישע צײַטונג אין ניו־יאָרק. שאַראַזאָן האָט, אַ פּנים, געמאַכט דעם „קוריער‟ פֿאַר אַ טעגלעכער צײַטונג. אין 1901 האָט דער „קוריער‟ טעגלעך פֿאַרקויפֿט 6,000 קאָפּיעס, און זונטיק אַפֿילו מער — 8,000. אין יאָר 1901 איז זי געוואָרן די ערשטע ייִדישע צײַטונג, מחוץ ניו־יאָרק, וואָס איז אויסגעזעצט געוואָרן אויף לינאָטיפּ־מאַשינען — אַ גאַנץ נײַע זאַך אין יענער צײַט.
אין עפּעס אַ מאָמענט (וואָס בלײַבט אויך פֿאַרנעפּלט) איז די צײַטונג אַריבער צו משה פֿישל גינזבורג, און איז פֿאַרבליבן אין די הענט פֿון אָט דער משפּחה ביז נאָוועמבער 1944, ווען די אויסגאַבע איז אונטערגעגאַנגען. אַגבֿ, אין אייניקע קוואַלן ווערט אָנגעוויזן, אַז דווקא ער, משה פֿישל גינזבורג, אַ וויכטיקער כּלל־טוער אין דער שטאָט, האָט געגרינדעט די צײַטונג. אין אַפּריל 1938, זײַנען 1,500 געקומען צו פֿײַערן דעם 50סטן יוביליי פֿון דער צײַטונג און, גלײַכצײַטיק, די גאָלדענע חתונה פֿון דעם פּאָרפֿאָלק גינזבורג.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/193184/two-yiddish-dailies-in-chicago/#ixzz3uQcb1yem