מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דער זשורנאַל Aschkenas, וואָס גייט אַרויס אין דײַטשלאַנד, פֿאַרעפֿנטלעכט מײַן אַרטיקל, וואָס הייסט, The Stalin Constitution on Trial in the Yiddish Daily Newspaper Forverts (די סטאַלין־קאָנסטיטוציע ווערט געמישפּט אין דער ייִדישער טאָג־צײַטונג „פֿאָרווערטס‟). גאָר אַ ביסל האָב איך וועגן דעם ענין געשריבן אויך אין „פֿאָרווערטס‟ — זען http://yiddish2.forward.com/node/3963. די דיסקוסיע אינעם אַלטן „פֿאָרווערטס‟, וואָס האָט זיך געפֿירט אין יענער צײַט, האָט געוויזן, אַז התפּעלות פֿון דער קאָנסטיטוציע איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַ היפּשן חלק לייענער פֿון דער צײַטונג.
סײַ אויף ענגליש, סײַ אויף ייִדיש האָב איך דעמאָלט פֿאַרזען אַזאַ זאַך: דעם 30סטן נאָוועמבער 1936, גראָד אין דעם יאָר, ווען מע האָט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געמאַכט אַ ריזיקן טאַראַראַם אַרום דעם אָננעמען די נײַע קאָנסטיטוציע, האָט אין דער צענטראַלער סאָוועטישער צײַטונג „פּראַוודאַ‟ (אמת) זיך באַוויזן סטאַלינס אַרויסזאָגונג מכּוח אַנטיסעמיטיזם. די ווערטער האָבן זיך, פֿאַרשטייט זיך, צעפֿלויגן איבער דער וועלט און אונטערגעוואַרעמט די פּראָ־סאָוועטישע געפֿילן, וועלכע זײַנען געווען גאַנץ שטאַרק צווישן די ייִדישע אימיגראַנטן.
סטאַלינס אַרויסזאָגונג גופֿא איז צו יענער צײַט שוין געווען כּמעט זעקס יאָר אַלט; אָבער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז זי פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צום ערשטן מאָל, און אויך אַזוי, אַז עס זאָל זיך ניט שטאַרק וואַרפֿן אין די אויגן — ווי אַ ציטאַט אין אַ לאַנגער רעדע פֿון וויאַטשעסלאַוו מאָלאָטאָוו — דעם זעלבן, וואָס וועט אין יאָר 1939 אונטערשרײַבן דעם טרויעריק באַוווּסטן אָפּמאַך מיט דײַטשלאַנד. אין 1936 האָט זיך נאָך קיין ליבע צווישן מאָסקווע און בערלין ניט צעברענט, און מאָלאָטאָוו האָט געבראַכט סטאַלינס ווערטער ווי אַ באַווײַז פֿונעם אונטערשייד אין דער באַציִונג צו ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דײַטשלאַנד.
סטאַלינס ווערטער וועגן אַנטיסעמיטיזם זײַנען דאַטירט מיטן 12טן יאַנואַר 1931, דאָס הייסט, מיט קאַרגע 85 יאָר צוריק. די איניציאַטיוו פֿון ווענדן זיך צו סטאַלינען איז געקומען פֿון באָריס סמאָלאַר, וואָס איז דעמאָלט געווען דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור, און האָט אויך אָפֿט געשריבן ספּעציעל פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/193786/stalin-and-jews-in-the-s/#ixzz3wgZBWFtf