Father and Child Discuss Frum and Secular Jews – and Gentiles

620 335

אין איינעם א פרייטאג צונאכטס האט מיין זיבן יעריגע טאכטער געבעטן איך זאל איר דערציילן א מעשה. איך האב ארויסגענומען א בוך מיט מעשה׳לעך פון דער ספרד׳ישער טראדיציע, וועלכע איז געשריבן אויף לאדינא מיט אן איבערזעצונג אין העברעאיש, און איך האב איר דערציילט די זיסע לעבנס אנעקדאטן פונעם ביכל. ווען ס׳איז געקומען צו עפיזאדן וואו א איד האט געהאט צוטון מיט א גוי, האט זי מיך יעדעס מאל געפרעגט, „א שלעכטער גוי?‟ כאטש כ׳האב איר ערקלערט אז עמיצער וואס איז נישט געבוירן א איד קען זיין א גוטער מענטש, נישט ווייניגער ווי א איד, האט זיך איר שאלה נאך אלץ איבערגע׳חזר׳ט יעדעס מאל וואס דער גוי איז אריין אינעם בילד.

איך האב פרובירט צו קלערן וואס די סיבה איז צו דעם, ביז כ׳האב זיך געכאפט אז גראד אין די מעשיות וואס אונזערע קינדער הערן (נישט דוקא אין יענעם בוך, נאר אין אלגעמיין) איז דער גוי כמעט שטענדיג אן אנטאגאניסט צום איד. ס׳זענען נישטא קיין מעשה׳לעך וואס דערציילן וועגן א איד מיט א גוי וואס האבן זיך פשוט געטון טובות איינער דעם אנדערן, א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען צו העלפן א רוסישן פויער, אן אראבישן פריינט, אד״ג, נאר שטענדיג איז דער גוי אדער אזא איינער וואס וויל ממית׳ן דעם איד, אדער א גרויסער טיפש קעגן דעם איד, און דער איד קלוגט אים איבער. מ׳קען אודאי פארשטיין די היסטארישע סיבות פארוואס די אידישע פאלקלאר האט אזא צוגאנג צום גוי, אבער די פראגע איז צי ס׳איז נישט צייט צו אנטוויקלען א נייע פאלקלאר פאר אונזערע קינדער.

קען זיין אז דאס וואס איך וועל יעצט שרייבן וועט אויסקוקן פאליטיש קארעקט, אבער אין דעם פאל איז עס אויך ריכטיג. איך בין נישט קיין מאמין אין פאליטישער קארעקטקייט, אבער איך פיל דאך אז דאס ווארט “גוי” צעמישט אונזערע קינדער. איך בעט כסדר מיינע קינדער אז זיי זאלן נישט ניצן דאס ווארט “גוי” בכלל, חוץ ווען מ׳רעדט וועגן זאכן וואס האבן צוטון מיט דער תורה, ווי למשל אז א גוי מעג אנצינדן א לעקטער אין שבת בשעת א איד טאר נישט. „מענטשן זענען נישט שלעכט,‟ האב איך געזאגט פאר מיין טאכטער, „און כאטש דער באשעפער האט געגעבן די תורה נאר פאר אידן, הייסט דאס נישט אז אלע אנדערע ביליאנען מענטשן, וועלכע ער האט אליין באשאפן, זענען וויייניגער חשוב אין זיינע אויגן.‟

„איז אן אראבער יא שלעכט?‟ האט מיין טאכטער מיך געפרעגט. דא האב איך געזען א געלעגנהייט מסביר צו זיין פאר מיין טאכטער די אלף־בית פונעם קאנפליקט אין ארץ־ישראל, אז זי זאל פארשטיין די מענטשליכע דימענסיעס ארום דעם פלאנטער. איך האב איר דערציילט אז כאטש ס׳איז דא גענוג פלאץ אין ארץ ישראל פאר אידן מיט אראבער צו לעבן אינאיינעם, האבן די אראבער נישט געוואלט אריינלאזן די אידן קיין ארץ ישראל — נישט ווייל זיי זענען שלעכט, נאר ווייל זיי האבן געהאלטן אז דאס לאנד איז אינגאנצן זייערס. די אידן האבן געמוזט קעמפן קעגן די אראבער, די אראבער האבן פארלוירן די מלחמה, דערנאך זענען זיי געווארן אריינגעטריבן אין לאגערן וואו זיי ליידן צרות ביזן היינטיגן טאג, און זיי קעמפן קעגן דעם אידישן לאנד.

פון מיין פערספעקטיוו איז קלאר אז די אראבער האבן זיך באנארישט, און איך דאנק גאט אז די מלחמה האט זיך אויסגעלאזט מיט א ניצחון פאר אידן, אבער דאס הייסט נישט אז מיר דארפן זיי אפזיגלען אלס שלעכט. דערצו האב איך דערמאנט פאר מיין טאכטער אז ס׳זענען דא א סך פיינע אראבער וואס זענען גוט צו אידן, און ס׳קען גאר זיין אז א גרויסער טייל פון זיי וואלט גערן געקומען וואוינען מיט אידן אין ארץ ישראל בשלום, ווען ס’וואלט נאר נישט פארגעגאנגען אן ענדלאזע מלחמה צווישן די צוויי פעלקער. לעת עתה איז אבער קלאר אז מיר זענען אין א מלחמה צושטאנד, אידן קעמפן אויף זייער לעבן אין ארץ ישראל, און אונזער שטיצע פאר אידן מוז דערפאר זיין זייער קלאר.

[…]

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/193872?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_campaign=New%20Campaign&utm_term=Yiddish%20Newsletter#ixzz3x4Mec7gc