יוסף רומשינסקי איז גוט באַקאַנט ווי אַ ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, מחבר פֿון פּאָפּולערע זינגלידער און אָפּערעטעס. ערשט נישט לאַנג צוריק האָט די „פֿאָלקסבינע‟ געשפּילט אין ניו־יאָרק מיט גרויס דערפֿאָלג זײַן אָפּערעטע „די גאָלדענע כּלה‟. רומשינסקי האָט אויך לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיטן אָרקעסטער בײַ דער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD, וואָס האָט געהערט דער „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟.
גאָר ווייניק, אָדער כּמעט פֿאַרגעסן איז געוואָרן זײַן נאָמען, פֿאַרבונדן מיט דער צײַטונג גופֿא. זײַן דיריגיר־שטעקעלע פֿלעגט רומשינסקי אָפֿט פֿאַרבײַטן אויף אַ פּען. חוץ אַרטיקלען וועגן מוזיק און מוזיקער, טעאַטער און אויפֿפֿירונגען, האָט ער אויף די שפּאַלטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ געדרוקט מיט המשכים זײַנע זכרונות וועגן זײַן טעאַטער־טעטיקייט, וואָס זײַנען שפּעטער אַרויס אויף ייִדיש אין אַ בוך־פֿאָרעם. יוסף רומשינסקי האָט אָבער געהאַט אַ זעלטענעם טאַלאַנט פֿון דערציילן אויסגעטראַכטע מעשׂיות פֿון דער קונסטוועלט, פֿול מיט הומאָר, גראָטעסק און שאַרפֿזיניקער אײַנפֿאַלערישקייט. ער פֿלעגט זיי דרוקן אין דער רובריק „מענטשן, טיפּן אַרום ייִדישן טעאַטער‟. איך לייג אײַך פֿאָר צוויי מוסטערן פֿון אַזאַ מין מעשׂה; אָבער קודם, עטלעכע ווערטער וועגן די הויפּט־העלדן פֿון די דאָזיקע מעשׂיות.
זיגמונט מאָגולעסקאָ איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק, דעם 4טן פֿעברואַר 1914. ער איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אויפֿן „וואַשינגטאָר־בית־עולם‟. דאָרט האָט אויך געפֿינען זײַן אייביקע רו אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען.
יקע האָט געטרויערט מיט מאָגולעסקאָן. דאָקטוירים האָבן אים געהייסן זיצן אין פּאַרק וואָס מער, וואָס מער געניסן פֿרישע לופֿט. ער פֿלעגט גאַנצע טעג זיצן אין זאָאָלאָגישן פּאַרק און זיך שפּילן מיט די חיות. אַזוי האָט דאָס אָנגעהאַלטן אַ פּאָר יאָר. דאָס זײַנען געווען אַ פּאָר יאָר, ווי מען וואָלט זאָגן אין ייִדישן טעאַטער, פֿון „לײַדן און שווײַגן‟.
און אַזוי זיצנדיק אין פּאַרק, זעט מאָגולעסקאָ אַ שיינעם, גרויסן פּאָפּוגײַ. ער נעמט עפּעס אַרויס פֿון קעשענע, און וויל עס געבן דעם פּאָפּוגײַ, שרײַט דער פּאָפּוגײַ צו מאָגולעסקאָן: „פּאַ־וואָ־ליע פֿע־טער… פּאַ־וואָ־ליע פֿע־טער…‟ מאָגולעסקאָ, הערנדיק די ווערטער פֿון דעם פֿויגל, איז געוואָרן אַזוי באַגײַסטערט און צעטומלט, אַז ער האָט אָנגעפֿאַנגען שטאַמלען די ווערטער. דער פּאָפּוגײַ, הערנדיק מאָגולעסקאָן, שטאַמלענדיק די ווערטער, האָט געשריִען העכער „פּאַ־וואָ־ליע פֿע־טער‟. מאָגולעסקאָ, פֿון באַגײַסטערונג, נאָך העכער. דער פּאָפּוגײַ האָט דערקענט דעם אָריגינעלן טאָן, איז עס געוואָרן אַ געשריי פֿון ביידן, איינער נאָכן אַנדערן „פּאַוואָליע פֿעטער‟. דער פּאָפּוגײַ שטאַרקער, און מאָגולעסקאָ נאָך שטאַרקער. מער ווי צוויי יאָר האָט ער ניט געהערט זײַן אייגענע שטים, און די באַגײַסטערונג און דאָס שרײַען האָט אָנגעהאַלטן ביז עס איז זיך צוזאַמענגעקומען אַ גרויסער עולם אַרום אים. ער האָט זיך לאַנגזאַם אָפּגעטראָגן און איז געלאָפֿן אַהיים, וווּ עס איז געווען אַן אומעט. דרײַ קינדערלעך מיט זײַן פֿרוי, מאַלי, וועלכע ער האָט זייער ליב געהאַט, זײַנען געזעסן און געוואַרט און געהאָפֿט, ניט וויסנדיק אויף וואָס. מאָגולעסקאָ איז אַרײַנגעקומען און האָט אויסגעשריִען:
„פּאַוואָליע, מאַלי, גיב אַ גלאָז טיי‟, און מיט אַ שמייכל און מיט אַ טופּע פֿון זײַן געשמאַקן מאָגולעסקאָ־פֿיסל, האָט ער ווידער געזאָגט:
„מאַלי, טײַערע; קינדער, טײַערע, איר הערט ניט ווי איך שרײַ? נו, נו, פּאַוואָליע, מאַלי: גיב אַ גלאָז טיי‟.
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/forgotten-and-now-republished/194013/