אין דער געשיכטע פֿון רוסישע אָדער רומענישע ייִדן טרעפֿן זיך געוויסע יחידים, וואָס האָבן זיך, נעבעך, געשמדט און זענען געוואָרן פּראַוואָסלאַוונע קריסטן. מיט 100 יאָר צוריק האָט זיך אין אַמעריקע געשאַפֿן אַ גאַנצער קרײַז מיסיאָנערן, וואָס האָבן פֿאַרשפּרייט קריסטלעכע בראָשורן און אָנגעשריבן גאַנצע ביכער אויף ייִדיש. געוויינטלעך, זענען אַזעלכע טוער אָבער נישט געווען פּראַוואָסלאַוונע, נאָר פֿאַרשיידענע סאָרטן פּראָטעסטאַנטן. אַזוי צי אַזוי, האָט די רוסישע פֿירמע Flarus, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצונגען, פֿאַרחידושט די לייענער פֿון איר וועבזײַט מיט דער ידיעה, אַז הײַנט ווערט ייִדיש אַקטיוו באַנוצט „צווישן די פֿאָרשטייער פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער ייִדישער קהילה‟. אַזוי שטייט געשריבן אין אַ נײַעס־אַרטיקל פֿונעם 17טן יאַנואַר.
יוליאַ וואָלגינאַ, די מחרבטע פֿונעם דאָזיקן חידוש, שרײַבט כּסדר קליינע אַרטיקלען אויף דעם נײַעם־אָפּטייל פֿון דער דערמאָנטער פֿירמע. ס׳רובֿ אירע נאָטיצן האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע טשיקאַווע שוועריקייטן, אויף וועלכע עס קאָן זיך אָנשטויסן אַן איבערזעצער פֿון ענגליש. אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזעלכע טשיקאַווע גרײַזיקע איבערזעצונגען שטעקט אין אירע הײַנטיקע עם־הארצישע ווערטער וועגן ייִדיש.
ווי ס׳איז באַקאַנט, רעדן הײַנט אויף ייִדיש אַ גאַנצע ריי חסידישע קהילות; די חסידים זענען דאָך אַ טייל פֿונעם אָרטאָדאָקסישן ייִדנטום; די פּראָוואָסלאַוונע קריסטן ווערן אויף ענגליש אויך באַצייכנט ווי אָרטאָדאָקסישע. אויב איר שרײַבט אַרײַן אין דער איבערזעצונג־פּראָגראַם פֿונעם „גוגל‟ די פֿראַזע „אַן אָרטאָדאָקסישע קהילה‟ אויף ייִדיש, און בעט די נאַרישע מאַשין עס אָפּצוטײַטשן אויף רוסיש, ענטפֿערט אײַך דער „גוגל‟, אַז די דאָזיקע פֿראַזע מיינט „אַ פּראָוואָסלאַוונע צערקווע‟. בעת דער איבערזעצונג־פּראָצעס, ווערט ענגליש באַנוצט ווי אַ פֿאַרמיטלער־שפּראַך, און צוליב דער דערמאָנטער צוויי־זיניקייט פֿונעם ענגלישן וואָרט „אָרטאָדאָקסיע‟ באַקומען זיך אַזעלכע אומגעלומפּערטער פֿראַזעס.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/194236/orthodox-christian-yiddish/#ixzz3ztwFWXXm