New issue of “Melburner Bleter”

500 296 Jewish Website

נײַער נומער “מעלבורנער בלעטער”

לכּבֿוד 100 יאָר “קדימה” אין אויסטראַליע איז אַרויס אַ נײַער צוויי־שפּראַכיקער נומער “מעלבורנער בלעטער/Melbourne Chronicle”. דער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן טייל איז משה אײַזענבוד. דאָס איז דער נומער 72 פֿונעם זשורנאַל — די איינציקע אויסגאַבע אויף ייִדיש אויף דעם אויסטראַליער קאָנטינענט. זי ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער “קדימה” אין מעלבורן.

אין זײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט שרײַבט דער רעדאַקטאָר וועגן דער געשיכטע פֿון דער “קדימה”־אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געוואָרן “מיט דער צײַט דער צענטראַלער פּונקט פֿון קולטור־טעטיקייטן” אין לאַנד. אין 1937 איז דערשינען דאָס ערשטע בוך אויף ייִדיש, אַרויסגעגעבן פֿון “קדימה” — “דער אויסטראַליש ייִדישער אַלמאַנאַך”. אַ ייִדישער טעאַטער און ייִדישע שולן האָבן זיך אַנטוויקלט אַ דאַנק דער גרופּע.

צווישן די מאַטעריאַלן אויף ייִדיש געפֿינט זיך די עסיי, “די חורבן־לידער פֿון יאָסל בירשטיין” פֿון ענדרו פֿײַערשטיין; אַן אַרבעט וואָס איז געשריבן געוואָרן צום 1טן פֿאָרש־סעמינאַר אויף ייִדיש בײַם “מאָנאַש”־אוניווערסיטעט אין מעלבורן. עטלעכע לידער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם אויסטראַליער כּלל־טוער און שרײַבער, אַבֿרהם ציקערט, ווערן אויך געדרוקט.

אינעם ענגלישן טייל פֿונעם זשורנאַל שרײַבט דער רעדאַקטאָר אַרנאָלד זייבל אַ קורצע געשיכטע פֿון “קדימה” און פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אויסטראַליע בכלל, און דעם נײַעם נומער בפֿרט. איין אָפּטייל אויף ענגליש נעמט אַרײַן אַרטיקלען וועגן די אויסטראַליער ייִדישע שרײַבער הערש בערגנער, יעקבֿ ראָזענבערג, יאָסל בירשטיין, אַבֿרהם ציקערט און פּנחס גאָלדהאַר.

אַן אַנדער אָפּטייל אויף ענגליש גיט זיך אָפּ מיט פּערזענלעכע גײַסטיקע נסיעות מכּוח ייִדיש. הינדע בורסטין שרײַבט וועגן אירע פּראָבלעמען ווי אַ ייִדישע איבערזעצערין, און חיהלע ביר — וועגן אירע איבערלעבונגען אין איר אַרבעט “פֿון מעלבורן ביז אָקספֿאָרד”.

אַנדערע אַרטיקלען גיבן אָפּ כּבֿוד די בויער פֿון דער אויסטראַליער ייִדישער קולטור. דאַניעלע כאַראַק דערציילט וועגן איר טאַטן, נחמן גריפֿענבערג, און דוד בורסטין, וועגן זײַן טאַטן סענדער בורסטין. אַרנאָלד זייבל שרײַבט וועגן באָנאָ ווינער, און שׂרה זילבערמאַן וועגן דעם כּלל־טוער יעקבֿ וואַקס.

דער נומער “מעלבורנער בלעטער: ליטעראַריש־געזעלשאַפֿטלעכע אויסגאַבע” איז שיין אילוסטרירט מיט זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס; די מאָלערײַען פֿון יאָסל בערגנער באַצירן דעם גאַנצן נומער.

דער אַדרעס צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע איז:

Kadimah 7 Selwyn Street,
Elsternwick,
Victoria 3185,
Australia

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website