1. full (of) = פֿול (מיט)
זײַן בוך איז פֿול מיט אינטערעסאַנטע פֿאַקטן.
His book is full of interesting facts.
2. a … full of = אַ פֿולע … מיט
זי האָט מיר דערלאַנגט אַ פֿולע שיסל מיט זופּ.
She served me a bowl full of soup.
3. full to the brim = פֿול ביזן ברעג ‹פֿול ביז די ברעגן/פֿול ווי אַן אויג›
דאָס טעפּל איז געווען פֿול ביזן ברעג ‹פֿול ביז די ברעגן/פֿול ווי אַן אויג› מיט הייסער קאַווע.
The cup was full to the brim with hot coffee.
4. full of (emotion) = מלא־…; פֿול מיט
חיה איז געווען מלא־טרױער ‹פֿול מיט טרויער› ווען די באָבע איז ניפֿטר געוואָרן.
Khaye was very sad [‘full of sadness’]
ווען חיים האָט סוף־כּל־סוף גראַדויִרט איז ער געווען מלא־שׂימחה.
When Khayem finally graduated he was overjoyed [‘full of joy’]
5. full (‘satiated’) = זאַט
אַ דאַנק, כ׳האָב זיך גענוג אָנגעגעסן און בין שוין זאַט.
Thanks, I’ve had enough to eat and am already full.
6. be full of it = ‹רעדן פּוסטע רײד ‹דיבורים
זאָלסט נישט גלייבן וואָס משה זאָגט – ער רעדט פּוסטע רייד ‹דיבורים›.
Don’t believe Moyshe – he is so full of it.
7. be full of oneself = זײַן באַגײַסטערט פֿון זיך אַליין; באַוווּנדערן זיך אַליין
דוד קוקט כּסדר אין שפּיגל אַרײַן – ער איז אין גאַנצן באַגײַסטערט פֿון זיך אַליין/נאָר ער באַוווּנדערט זיך אַליין.
[DÓVID KUKT KESÉYDER IN ShPIGL ARÁYN – ER IZ IN GANTSN BAGÁYSTERT FUN ZIKh ALÉYN / NOR ER BAVÚNDERT ZIKh ALÉYN.]
David keeps looking at the mirror – he is so full of himself.
Other idiomatic word combinations with the word “full”:
8. full moon = די פֿולע ‹גאַנצע› לבֿנה, ־ות
9. at full speed = מיט דער פֿולער גיכקײט; מיט דער גאַנצער פּאַרע
10. pay in full = באַצאָלן אין גאַנצן
11. full-term baby = דאָס אױסגעטראָגענע קינד, ־ער
12. in full bloom = אין רעכטן ‹פֿולן› בלי; צעצװיטעט


Leave a Reply