דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז אין סאַאָ־פּאָולאָ, בראַזיל פֿאָרגעקומען דער יערלעכער כּלי־זמר קאַרניוואַל און פּאַראַד — אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם קאַרנאַװאַל וואָס איז די גרעסטע פֿאָלקס־שׂמחה אין לאַנד.
יעדן פֿעברואַר פֿאַרשטעלן זיך מיליאָנען מענטשן און גײען טאַנצן אױף די גאַסן פֿון טױזנטער שטעט און שטעטלעך צום טאַקט פֿון פֿרײלעכער מוזיק, דער עיקר — סאַמבאַ און אַשע מוזיק. אין באָם־רעטיראָ, אַ געגנט װאָס האָט זיך אױסגעפֿורעמט דורך כּסדרדיקע און פֿאַרשײדנאַרטיקע אימיגראַציע־כװאַליעס, איז די דאָזיקע שׂמחה געװאָרן אַ פּלאַטפֿאָרמע צו פֿײַערן אויך די ייִדישע קולטור.
אַ װידעאָ פֿונעם פּאַראַד קען מען זען דאָ.
די טעמע פֿונעם הײַיאָריקן פּאַראַד, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 8טן פֿעברואַר, איז געווען „באָמרעלע“ — די הײמישע באַצײכענונג פֿון דער געגנט וווּ אימיגראַנטן האָבן געוווינט אױפֿן סאַאָ־פּאַולער ייִדיש. דער ציל איז געװען אָפּצוגעבן כּבֿוד די אומפֿאַרגעסלעכע ייִדישע פּאַרשױנען פֿונעם פֿאָלקלאָר פֿון דער אָרטיקער קהילה. אָט זענען עטלעכע פֿון זיי:
-
מעכעלע דער קליענטלטשיק (פּעדלער, אױף בראַזיליאַנער ייִדיש) מיט זײַן גראָבן מאַנטל, פֿול געפּאַקט מיט סחורה
-
בעני־יאַנגאַ, אַ ייִד פֿון ראַזשאַסטאַן װאָס האָט זיך אַזױ גוט אױסגעלערנט ייִדיש אַז ער איז געװאָרן אַ ייִדיש־לערער אין דער אָרטיקער שלום־עליכם שול
-
דער בײגל־פֿאַרקױפֿער װאָס פֿלעג גײען איבער די גאַסן פֿון באָם־רעטיראָ שרײַענדיק „דער בײגלמאַן גײט שױן אַװעק!“

