װער מעג שפּילן אַ ייִד? אַ סיכסוך אין דײַטשלאַנד – Who Can Play A Jew? – A Debate In Germany

683 1024 דזשײק שנײַדער

אױף דער בינע פֿון „דײַטשן טעאַטער“ אין בערלין טראָגט דער בלאָנדער שױשפּילער מאָריץ קינעמאַן אַ טלית. ס׳איז שװער צו זײַן אַ ייִד אין דײַטשלאַנד, גיט ער צו פֿאַרשטײן. שפּעטער שילט ער אין עולם אַרײַן מיט אױסגעשרײען פֿון „פּאַסקודנע גױים!“


מע װאָלט געקענט מײנען אַז קינעמאַן איז אַ ייִד, און אַז ער רעדט פֿאַר זיך אַלײן. ס׳איז אָבער נישט אַזוי פּשוט.


זײַן חבֿר דוד, דערציילט ער אין דער סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג, איז אַן אַקטיאָר, נישט קיין ייִד, װאָס שפּילט גערן ייִדישע ראָלעס. ס׳איז אים אָבער שווער. „פּלוצעם װילן אַלע רעזשיסאָרן בלױז ׳עכטן׳ ייִדן!“ זאָגט ער. אײן מאָל האָט דוד אַפֿילו געבאָרגט בײַ מאָריצן זײַן יאַרמלקע כּדי צו פֿאַרבעסערן די שאַנסן צו קריגן אַזאַ ראָלע.


קינעמאַן שפּילט דאָ אַ פּאַרשױן וואָס, כאָטש ער טראָגט אַ טלית, איז נישט קײן ייִד. די פּיעסע הײסט טאַקע „פֿאַלשע ייִדן“ און זײַן פּאַרשױן איז באַשײַמפּערלעך באַזירט אױף אַ דײַטשן זשורנאַליסט אונטערן נאָמען פֿאַביאַן װאָלף.


יאָרן לאַנג האָט פֿאַביאַן װאָלף פּובליקירט פּראָװאָקאַטיװע פּאָליטישע עסײען פֿון אַ ייִדישן קוקװינקל אין אַ נאַציאָנאַלער צײַטונג — ביז זײַן לעצטן עסײ דאָרט אין 2023, װען ער האָט זיך מודה געװען אַז זײַנע מעשׂיות װעגן אַ ייִדישער באָבען זענען… פּוסטע באָבע־מעשׂיות. פֿאַביאַן װאָלף איז געװען אַזאַ מין „פֿאַלשער ייִד“, אַ װאָלף אין שאָפֿנפּעלץ, און פּונקט ווי וואָלף, האָט קינעמאַן דאָ אויך אָפּגענאַרט דעם עולם.



נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָב איך בײַם שענק אין דער פֿאָיע פֿון טעאַטער געכאַפּט אַ שמועס מיט קינעמאַן און דעם דראַמאַטורג־רעזשיסאָר פֿון דער פּיעסע, נעם ברוזילאָװסקי. „קודם־כּל װיל איך װיסן, צי ביסטו טאַקע אַ ייִד?“ האָב איך געפֿרעגט בײַ קינעמאַן.


און איצט קלער איך, צי איז זײַן ענטפֿער װיכטיק?


ברוזילאָװסקי, װאָס איז יאָ אַ ייִד, האָט מיר דערקלערט׃ „ס׳איז מיר געװען װיכטיק צו טרעפֿן אַ בלאָנדן אַקטיאָר פֿאַר דער ראָלע. סוף־כּל־סוף האַנדלט זיך די פּיעסע נישט װעגן ייִדן, נאָר װעגן דײַטשן און זײערע נעװראָזן.“



די צוקוקערס פֿון דער פּיעסע האָבן נישט געוווּסט צי קינעמאַן איז אַ ייִד ביזן סוף. אַפֿילו דער קלאַנג־טעכניקער האָט הינטער די קוליסן געשטעלט די זעלבע פֿראַגע. קינעמאַן און ברוזילאָװסקי װילן דער עולם זאָל פֿאַרגעסן די סטערעאָטיפּן װעגן ייִדישן אױסזען און גלײבן, בשעת־מעשׂה, אַז קינעמאַן איז יאָ אַ ייִד.


צװישן זײַנע מאָנאָלאָגן האָט מען איבערגעשפּילט אױסצוגן פֿון רעקאָרדירטע אינטערװיוען װעגן די אַזױ גערופֿענע „קאָסטיום־ייִדן“. דאָס איז אַן אמתער פֿענאָמען׃ דײַטשע שאַרלאַטאַנען װאָס מאַכן זיך פֿאַר ייִדן און רעדן עפֿנטלעך װעגן דעם חורבן פֿון אַ ייִדישן קוקװינקל. פֿריִער האָבן זיי זיך געמאַכט פֿאַר לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן, און הײַנט — װי זײערע קינדער און אײניקלעך. עטלעכע „קאָסטיום־ייִדן“ האָבן, אײדער מע האָט זײ אַנטפּלעקט, דערגרײכט גרױסע הצלחה. אײנער איז אַפֿילו געװאָרן דער ראָש פֿון אַ ייִדישער קהילה מיט הונדערט מיטגלידער.



אין אַן אינטערוויו האָט באַרבאַראַ שטײַנער, די מחברטע פֿונעם בוך„די אינסצענירונג פֿון ייִדישקײט“, געטענהט אַז קאָסטיום־ייִדן „דערגאַנצן אַ בלױז אין מאַרק“. אין אַ געזעלשאַפֿט מיט קאָלעקטיװער שולד לגבי אַ מינאָריטעט ציִען שאַרלאַטאַנען צו אַ היפּשן עולם. זײ פֿאַרשטײען גאַנץ גוט װעלכע רעפּליקן פֿאַרקױפֿן זיך.


ענלעכע פֿאַלן געפֿינט מען אין אַנדערע געזעלשאַפֿטן. אין קאַנאַדע, למשל, האָט מען אין די לעצטע יאָרן אַנטדעקט שרעקלעכע באַװײַזן פֿונעם אַמאָליקן גענאָציד אױף די אָרטיקע ערשטע אײַנגעבוירענע פֿעלקער. גלײַכצײַטיק האָט מען אַנטפּלעקט אַז דער פּרעמירטער קאַנאַדער שרײַבער טאָמאַס קינג, באַקאַנט פֿאַר זײַנע ביכער אָנגעשריבן פֿון אַ טשעראָקי־קוקװינקל, שטאַמט בכלל נישט פֿון די ערשטע פֿעלקער.


בסך־הכּל לעבן אין אַ לאַנד פֿון 83 מיליאָן מענטשן בלויז אַ 200 טױזנט ייִדן, לרובֿ אימיגראַנטן פֿון אַמאָליקן ראַטן־פֿאַרבאַנד אָדער מדינת־ישׂראל — ווי אויך אַ גרױסע צאָל גרים פֿון דײַטשן אָפּשטאַם. דער „צענטראַלער ראַט פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד“ פֿאַרטרעט בלױז אַרום אַ העלפֿט פֿון די ייִדן, װײַל נישט אַלע ייִדן פֿילן זיך צוגעבונדן צו דער אָפֿיציעלער ייִדישער קהילה אין זײער שטאָט. נישט געקוקט אױף דער קלײנער פּראָפּאָרץ ייִדן אין לאַנד — 0.24% — קומען זײ צו רײד בײַ כּלערלײ געזעלשאַפֿטלעכע דעבאַטעס: בפֿרט װעגן געשיכטע, װעלטפּאָליטיק און דער ראָלע פֿון אימיגראַנטן אין דײַטשלאַנד. מע קוקט אױף ייִדן װי די „גוטע, אַסימילירטע“ מינאָריטעט. להיפּוך — לױטן ראַסיסטישן נאַראַטיװ — אַסימילירן זיך קוים די מאַכמעדאַנער אימיגראַנטן און פּליטים און ברענגען מיט זיך אַן „אימפּאָרטירטן אַנטיסעמיטיזם“.


דער סאָציאָלאָג י. מיכל באָדעמאַן ז״ל און דער פּאָעט מאַקס טשאָלעק באַשרײַבן די עפֿנטלעכע דיסקוסיע װעגן ייִדן װי אַ מין מעטאַפֿאָרישן בלאָף, דעם אַזױ גערופֿענעם „אָנדענק־טעאַטער“: צו ערשט שרײַבט אַ נישט־ייִדישער דראַמאַטורג אָן דעם סצענאַר; דערנאָך קלײַבט ער אויס אַ ייִד װאָס זאָל רעדן פֿאַר אַלע ייִדן אין דײַטשלאַנד; אָט דער „רעפּרעזענטאַנט“ זאָגט אױס דעם דראַמאַטורגס רעפּליקן ווי געהעריק — און דער נישט־ייִדישער עולם אַפּלאָדירט. די מעטאַפֿאָרישע פּיעסע רעדט זיך װעגן די טױטע ייִדישע קדושים פֿון אַ מאָל, װעגן אַ נײַעם אױפֿבלי פֿון ייִדישקײט אין דײַטשלאַנד און מדינת־ישׂראל, װעגן אַנטיסעמיטיזם בײַ לינק־געשטימטע מענטשן און בײַ מאַכמעדאַנער, װעגן דײַטשן תּשובֿה טאָן און ייִדישן מוחל זײַן. אמתע ייִדן מיט אײגענע מעשׂיות אָדער מיט די „פֿאַלשע“ מײנונגען געהערן נישט אױף אַזאַ מעטאַפֿאָרישער בינע.


די שרײַבערין דבֿורה פֿעלדמאַן, באַקאַנט פֿאַר איר בוך „נישט־אָרטאָדאָקסיש“ און דער נעטפֿליקס־אַדאַפּטאַציע דערפֿון, האָט געשריבן אַ בוך אױף דײַטש מיטן טיטל „ייִדן־פֿעטיש“. לױט איר איז דער איצטיקער דײַטשער פֿילאָסעמיטיזם ענג פֿאַרבונדן מיטן אַלטן אַנטיסעמיטיזם. בײדע פֿאַרגרינגערן און פֿאַרשטומען די ייִדישע פֿילמיניקײט.


דאָס אויסטײלן ראָלעס אין טעאַטער קען זײַן פּריקרע, אַפֿילו ווען עס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט אידענטיטעט. קינעמאַן האָט אפֿשר אַ מוסקולעזן גוף אָבער ער זעט נישט אויס ווי קיין קינאָ־שטערן. די ראָלע־דירעקטאָרן (casting directors, בלע״ז) װײסן אָפֿט נישט װעלכע ראָלעס פּאַסן אים: איז ער אַ „נערד“ צי אַ „העלד“? „װי אַ שױשפּילער בין איך בײַ די ראָלע־אויסטײלער אין די הענט“, האָט קינעמאַן געזאָגט.


אין 2023 האָט דער אַמעריקאַנער נישט־ייִדישער אַקטיאָר־רעזשיסאָר ברעדלי קופּער, שפּילנדיק דעם דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לענאַרד בערנשטײן אינעם פֿילם „מאַעסטראָ“, געטראָגן אַ פֿאַלשע „ייִדישע“ נאָז. דאָס האָט דערפֿירט צו אַ קלײנעם סקאַנדאַל, אָבער בערנשטײנס קינדער האָבן קופּערן פֿאַרטײדיקט.


ס׳איז שױן דורכױס פּסול, אַז אַ װײַסער אַקטיאָר זאָל זיך אױספֿאַרבן דאָס פּנים און שפּילן אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אױף דער בינע. אַזױ האָט געטאָן דער ייִדישער אַקטיאָר על דזשאָלסאָן (אַסאַ יאולסאָן) אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אָנהייבנדיק פֿון די 1910ער יאָרן — און איז דעמאָלט געװאָרן אַ שטערן פֿון טעאַטער און קינאָ, דער „מלך פֿון ׳בלעקפֿײס׳“. מיט זײַנע קאָמישע פֿאָרשטעלונגען פֿון טראַדיציאָנעלע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער לידער האָט דזשאָלסאָן, צװײ דורות נאָך דער שקלאַפֿערײַ, צעזײט און צעשפּרײט כּלערלײ ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן.


אָבער װער מעג דען שפּילן אַ ייִד, און װער נישט? װײַטער׃ װער מעג רעדן פֿאַר די ייִדן אין דײַטשלאַנד 81 יאָר נאָכן חורבן?


אױף אָט די פֿראַגעס האָט קײנער אינעם שענק פֿון „דײַטשן טעאַטער“ געהאַט קײן קלאָרן ענטפֿער. סיר הענרי, אַ שױשפּילער בײַ דער בערלינער „פֿאָלקסבינע“, אַ געבױרענער אין קאַנאַדע, טענהט׃ „בעסער זאָלן דאָס די ייִדן דערצײלן די ייִדישע װיצן. אױף דער בינע, פֿונדעסטװעגן, װענדט זיך אַלץ אינעם קאָנטעקסט און די כּללים זענען נישט אַזױ פֿעסט.“


דער ייִדישער רעזשיסאָר ברוזילאָװסקי איז מסכּים׃ „מיר האָבן נישט קײן כּללים אין טעאַטער.“


AUTHOR

דזשײק שנײַדער

All stories by: דזשײק שנײַדער