“Ikh Vel Antloyfn”, poem in Yiddish by Celia Dropkin

500 296 Jewish Website

ציליע דראַפּקין (1888־1956)

ציליע דראַפּקיס ביאָגראַפֿיע געפֿינט זיך אין וואָך 10 צוזאַמען מיט איר ליד „מײַן מאַמע”.

איך װעל אַנטלױפֿן

איך װעל אַנטלױפֿן פֿון אײַך אַלעמען
צו מײַן קלײנעם ייִנגעלע,

פֿון אײַך אַלעמען
מיט דאָרשטיק הײסע,
מיט קאַלטע בליקן,
מיט פּנימער פֿון פֿרײַנט און פֿון שׂונאים
צו זײַן ליכטיקן פּנים,
אים פֿאַרװיגן,
שטיל אים צודעקן אָדער גאָר,
שטיל אים אויפֿװעקן
קױם, באַרירנדיק מיט קושן.
— מאַמאַ!
— דײַן, דײַן, דײַן מאַמאַ…
אין אַ שטילן טונקעלן דיסק
בײַ דער װיג פֿון מײַן קינד
װעל איך מיך ראַטעװען
פֿון אײַך אַלעמען!
1922
אין הייסן ווינט, 1935, 1959

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.