“Froyen-Lider”, a Yiddish Poem by Kadya Molodowsky

313 185 Jewish Website

איז געבױרן געװאָרן אין קאַרטוז־בערעזע, װײַסרוסלאַנד. נישט געקוקט אױף דעם װאָס זי איז געװען אַ מײדל האָט זי געלערנט חומש בײַם טאַטן װאָס איז געװען אַ מלמד, און שפּעטער גמרא און רוסיש מיט פּריװאַטע לערערס. אין די 1920ער יאָרן האָט זי זיך באַזעצט אין װאַרשע און האָט געאַרבעט בײַ טאָג װי אַ לערערין אין די ייִדישיסטישע סאָציאַליסטישע צישאָ־שולן און אין אָװנט אין אַ העברעיִשער שול פֿון דער קהילה. אירע תּלמידים האָבן געדינט װי אַן אינספּיראַציע פֿאַר אַ סך פֿון אירע קינדערלידער. אַלײן אַ הײסע ציוניסטקע האָט זי חתונה געהאַט מיט אַ קאָמוניסט, דעם היסטאָריקער און ליטעראַטור־קריטיקער שׂימחה לעװ, און פֿון 1935 האָבן זײ געװױנט דער עיִקר, אַחוץ 3 יאָר, אין אַמעריקע. קײן קינדער האָבן זײ ניט געהאַט.

„קאַדיע” װערט באַטראַכט װי די װיכטיקסטע שרײַבערין אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און אַן ערשטקלאַסיקער און פּראָדוקטיװער פּאָעט לױט אַלע סטאַנדאַרדן, נישט געקוקט אױף איר געשלעכט. זי האָט אַרױסגעגעבן אַכט בענד לידער, אַ זאַמלונג דערצײלונגען, עטלעכע ראָמאַנען, און אין ניו־יאָרק האָט זי אױך רעדאַקטירט אַ ליטעראַריש־קולטורעלע צײַטשריפֿט, סבֿיבֿה.

אין איר שרײַבן אַנטפּלעקט זיך אַ פֿרױ װאָס האָט געשטרעבט צו מאַכן שלום צװישן די אַנטקעגנדיקע כּוחות פֿון רעליגיע און מאָדערנקײט, אַ רעאַליסט און אַ סקעפּטיקער װאָס האָט געבענקט נאָך נסים, אַ פֿילאָסאָפֿישע דענקערין בײַ װעמען די טיפֿסטע טראַגעדיע איז אַלע מאָל געװען געמישט מיט איראָניע און הומאָר, און אַ גײַסטיקע זוכערין װאָס האָט זיך מיאש געװען אין גאָט און אין דער מענטשהײט. פּאַפּירענע בריקן, 1999 פֿון קעטערין העלערסטײן ברענגט אַ כּוללדיקע זאַמלונג פֿון אירע בעסטע פּאָעטישע װערק אױף ענגליש.

פֿרויען־לידער

עס װעלן די פֿרױען פֿון אונדזער משפּחה בײַ נאַכט אין חלומות
מיר קומען און זאָגן:
מיר האָבן אין צניִעות אַ לױטערע בלוט איבער דורות געטראָגן,
צו דיר עס געבראַכט װי אַ װײַן אַ געהיטן אין קױשערע קעלערס
פֿון אונדזערע הערצער.
און אײנע װעט זאָגן:
איך בין אַן עגונה געבליבן װען ס’זענען די באַקן
צװײ רױטלעכע עפּל אױף בױם נאָך געשטאַנען,
און כ’האָב מײַנע צײנער די װײַסע צעקריצט אין די אײנזאַמע נעכט פֿון דערװאַרטונג.
און איך װעל די באָבעס אַנטקעגנגײן זאָגן:
װי הערבסטיקע װינטן יאָגן נאָך מיר זיך
ניגונים פֿאַרװעלקטע פֿון אײַערע לעבנס.
און איר קומט מיר אַנטקעגן,
װוּ די גאַס איז נאָר טונקל,
און װוּ סליגט נאָר אַ שאָטן:
און צו װאָס אָט דאָס בלוט אָן אַ טומאה
ס’זאָל זײַן מײַן געװיסן, װי אַ זײַדענער פֿאָדעם
אױף מײַן מוח פֿאַרבונדן,
און מײַן לעבן אַן אױסגעפֿליקט בלאַט פֿון אַ ספֿר
און די שורה די ערשטע פֿאַרריסן?

VIII

אין נעכט װען איך בין װאַך,
און ס’קומען צו מיר טעג מײַנע פֿאַרגאַנגענע
זיך פֿאַר די אױגן שטעלן,
קומט פֿאַר מיר מײַן מאַמעס לעבן.
און אירע אױסגעדאַרטע הענט
אין צניעותדיקע אַרבל פֿון נאַכטהעמד אײַנגעהילט
װי אַ גאָטספֿאָרכטיקע שריפֿט אין װײַסע גוילים
און ס’בײזערן זיך װערטער פֿון המפּיל,
װי פֿײַערדיקע קױלן געלאָשן פֿון איר שטיל געבעט
און אױסגעטריקנט איר דאָס מױל
װי אַ פֿאַרדאַרטע פֿלױם.
און ס’קומען אירע טרערן װי אַ קאַרגער־אײנציק־טראָפּנדיקער רעגן,
און ערשט, אַז כ’בין אַלײן אַ פֿרױ
און גײ אין ברױנעם זײַד געקלײדט
מיט בלױזן קאָפּ
און נאַקעט האַלדז,
און ס’האָט דער אומגליק פֿון מײַן אײגן לעבן מיך דעריאָגט
און װי אַ קראָ,
אױף אַ קלײן הינדעלע אַרויפֿגעפֿאַלן,
איז אָפֿט באַלױכטן העל מײַן צימער אין די נעכט,
און כ’האַלט די הענט איבער מײַן קאָפּ פֿאַרװאָרפֿן
און ס’זאָגן מײַנע ליפּן אַ שטילן אײנפֿאַכן געבעט צו גאָט
און ס’קומען טרערן, װי אַ קאַרגער־אײנציק־טראָפּנדיקער רעגן.
חשוונדיקע נעכט, ווילנע, 1927

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.