איך האָב שוין געהאַט דערמאָנט, אַז אָנהייב מײַ האָב איך זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ וועגן באָגדאַן כמעלניצקי. אָרגאַניזירט האָט עס אַמעליאַ גלאַסער, וואָס איז אַ פּראָפֿעסאָר אין סאַן-דיעגאָ. איך מיין, אַז דאָס איז געווען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש פֿון אַקאַדעמיקער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע זאַכן — מיט געשיכטע, ליטעראַטור און קינאָ, מיט ייִדישע, אוקראַיִנישע און פּוילישע טעמעס. איך גלייב, אַז אין דעם באַנד, וואָס וועט קאָנסטרויִרט ווערן אויפֿן סמך פֿון דער קאָנפֿערענץ, וועט דער אוקראַיִנישער פֿירער אַרויסקומען ניט קיין פֿלאַכער. און די געשעענישן אַרום דער דאָזיקער פֿיגור, אין לעבן און אין קונסט, וועלן אויך אָפּגעשפּיגלט ווערן, מאַכנדיק טיפֿער, מיט מער ניואַנסן, אונדזער קענטעניש פֿון געשיכטע, ליטעראַטור און קונסט.
איך בין, אַגבֿ, ניט זיכער, צי אַלע לייענער פֿון “פֿאָרווערטס” האָבן אַ מאָל געהערט אַזאַ נאָמען: באָגדאַן כמעלניצקי. איך דערמאָן עס, ווײַל סטודענטן האָבן, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן אַזאַ היסטאָרישער פֿיגור און קיין מאָל ניט געהערט וועגן די גזירות תּ״ח-ותּ״ט. מיט זעכציק יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1952, בײַם אַרומרעדן אין דער כּנסת די פֿראַגן פֿון דײַטשישע רעפּאַראַציעס, האָט משה שרתּ, דער דעמאָלטיקער אויסערן-מיניסטער פֿון ישׂראל, געזאָגט: “מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן כמעלניצקי, און די וואָס וועלן פֿאַרגעסן, וועלן אויפֿהערן צו זײַן ייִדן”. מיר שײַנט, אַז ס’רובֿ הײַנטיקע ייִדן האָבן כמעלניצקין ניט פֿאַרגעסן — זיי האָבן פּשוט ניט געהאַט וואָס צו פֿאַרגעסן, ווײַל קיינער האָט זיי וועגן אים קיין מאָל ניט דערציילט.
בעת דער קאָנפֿערענץ האָב איך אַ סך געלערנט. אָבער נאָך מער פֿראַגעס זײַנען פֿאַרבליבן אָפֿן. למשל, אויב כמעלניצקי איז טאַקע פֿאַרגעדענקט געוואָרן ווי דער שרעקלעכער גזלן, וועמענס קאָזאַקן האָבן אויסגעהרגעט צענדליקער טויזנטער ייִדן, טאָ פֿאַר וואָס און ווי אַזוי האָבן ניט ווייניק ייִדן דערנאָך געטראָגן דעם פֿאַמיליע-נאָמען כמעלניצקי? איך וועל ניט גיין זייער ווײַט נאָך אַ בײַשפּיל: מלך כמעלניצקי (1885—1946), דער ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט. זינט 1919 ביז זײַן טויט האָט ער געדרוקט אין “פֿאָרווערטס” אַרטיקלען אויף מעדיצינישע טעמעס. קיין פּסעוודאָנים האָט ער ניט געהאַט, אַזוי אַז די אַרטיקלען פֿלעגן זיך דרוקן אונטער זײַן נאָמען.
און דאָס איז געווען אין דער זעלבער צײַטונג, וווּ אין 1943 — ווען פּערעיאַסלאַוו האָט מען, לויט אַ באַשלוס פֿון די סאָוועטישע מלוכה-לײַט, אָנגערופֿן פּערעיאַסלאַוו-כמעלניצקי — האָט אַן אַנדער זשורנאַליסט, מענדל אָשעראָוויטש, פֿאַרגליכן עס מיט געבן אַ שטאָט דעם נאָמען פֿון אַדאָלף היטלער. מיר לייגט עס זיך ניט אויפֿן שׂכל. צי הייסט עס, אַז ניט אַלע ייִדן האָבן געהאַלטן דעם אוקראַיִנישן העטמאַן פֿאַר אַ גזלן? ווי אַנדערש קען מען פֿאַרטײַטשן דעם ייִדישן משפּחה-נאָמען כמעלניצקי?
איך אַליין בין געקומען צו פֿאָרשן אַ כמעלניצקי-טעמע טאַקע אין דעם קאָנטעקסט פֿון יאָר 1943. מיך האָט אינטערעסירט די רעאַקציע פֿון ייִדן אויף דעם נאָמען פּערעיאַסלאַוו-כמעלניצקי און אויף דעם מיליטערישן אָרדען, וואָס מע האָט אײַנגעפֿירט אין דער זעלביקער צײַט — דעם אָרדען פֿון באָגדאַן כמעלניצקי, מיט וועלכן עס זײַנען אויך אַ שיין ביסל ייִדן, אָפֿיצירן און גענעראַלן, באַלוינט געוואָרן בעת דער מלחמה.
די שטאָט פּערעיאַסלאַוו האָט באַקומען דעם נײַעם נאָמען ניט צוליב שלום-עליכמען, וואָס איז דאָרטן געבוירן געוואָרן אָנהייב וועסנע 1859. אין פּערעיאַסלאַוו האָט אין יאָר 1654 כמעלניצקי אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וועלכער האָט געפֿירט צו דער רוסישער קאָלאָניזאַציע פֿון אוקראַיִנע. בכלל, דער גאַנצער טאַראַראַם אַרום כמעלניצקי אין 1943 האָט קיין ייִדישן הינטערגרונט ניט געהאַט.
צו יענער צײַט האָט די רויטע אַרמיי אָנגעהויבן באַפֿרײַען אוקראַיִנע פֿון די דײַטשן, און מע האָט געוואָלט געבן אַ געשמאַקע צוקערקע דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג. פֿון די באַפֿרײַטע טעריטאָריעס האָט מען מאָביליזירט אין דער אַרמיי הונדערטער טויזנטער לײַט. זומער 1944 איז די רויטע אַרמיי געווען שוין אויף אַ דריטל אַן אוקראַיִנישע.
אָבער אין אויסלאַנד האָט מען די כמעלניצקי-זאַך צו מאָל יאָ פֿאַרטײַטשט ווי אַן אַנטיסעמיטישע אַקציע. אין יענער צײַט האָבן דאָך די ייִדן נאָך געטראָגן אין זייער היסטאָרישן זכּרון די גזירות פֿון די יאָרן 1648 און 1649. אין מענדל אָשעראָוויטשעס אַרכיוו (וואָס ליגט אין ייִוואָ) האָב איך איבערגעלייענט אַ בריוו פֿון אַ לייענער, אַ ציין־דאָקטער, וועלכער האָט געבעטן דעם “פֿאָרווערטס”-זשורנאַליסט צו פֿאַרפּינקטלעכן די אינפֿאָרמאַציע וועגן פּערעיאַסלאַוו-כמעלניצקי, ווײַל זײַן שכן, אַ קאָמוניסט, האָט געטענהט, אַז דאָס איז געווען אַ מיאוסע אַנטי־סאָוועטישע פּליאָטקע, פֿאַרשפּרייט דורכן “פֿאָרווערטס”. אים, דעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמוניסט, האָט זיך פּשוט ניט געגלייבט, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט באמת געקענט אָפּטאָן אַזאַ ווילדע זאַך.
אין יאָר 2008 איז אין אוקראַיִנע אַרויס אַ נײַער פֿילם, וואָס הייסט “באָגדאַן כמעלניצקי”. האָב איך אים געפֿונען אין אינטערנעץ און אויסגעמעקט צוויי שעה פֿון מײַן לעבן, קוקנדיק די דאָזיקע שמאַטע-שבשמאַטע. דער סוף איז געווען, אַז ייִדן (ווי איר פֿאַרשטייט, אויף זיי האָב איך דאָך געוואַרט) זײַנען דאָרטן גאָר ניט געווען. אַלץ האָט זיך געדרייט אַרום די פּאָליאַקן, וועלכע זײַנען באַוויזן געוואָרן ווי ווילדע חיות. אָט אַזוי ווערט רעדאַקטירט די געשיכטע.
איך בין ניט נאַיִוו צו גלייבן, אַז אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ קען בײַטן עפּעס אין דעם מאַסן-אויפֿנעם פֿון דער געשיכטע. אָבער יעדער מענטש טוט, וואָס ער קען. אַמעליאַ גלאַסער האָט אָרגאַניזירט אַ הצלחהדיקן פֿאָרום, און מיר, די אָנטיילנעמער, האָבן זיך ניט געפֿוילט צו קומען און איר העלפֿן אין אָט דער אונטערנעמונג.
Leave a Reply