Whom Can We Blame for Anti-Semitism?

630 405 Jewish Website

נאָך דעם צווייטן וועלט-קריג האָט זיך אַ נײַער סאָרט הומאַניזם אָנגעהויבן  אויספּיקן, אין אָנהייב אין די אינטעלעקטואַלע סאַלאָנען, דערנאָך אין די ביכער,  און לסוף — געשלאָגן וואָרצלען אין דער אַלגעמיינער מערבֿדיקער קולטור.

דער נײַער הומאַניזם האָט מוסיף געווען אויף דער לערע פֿון האָבס און לאָק מיט  אַן אינטערעסאַנטן מאָמענט: אַצינד איז נישט גענוג צו פֿאַרזיכערן די דרײַ  גרונטלעכע רעכט פֿון אַ מענטשן: לעבן, פֿרײַהייט און האָב-און-גוטס. הײַנט ווערט  געפֿאָדערט פֿון דעם מענטשלעכן מין עפּעס גאָר שווערס; אַזוינס, וואָס באַרירט די  טיפֿע שיכטן פֿון דעם מענטשלעכן גײַסט. עס ווערט געפֿאָדערט פֿון אַ מענטשן, ער  זאָל אַוועקוואַרפֿן די פֿאָראורטיילן וואָס הערשן בײַ אונדז, דאַכט זיך, פֿון  ששת-ימי-בראשית אָן, וועגן יעדער נאַציע, רעליגיע און „ראַסע‟.

דער פּרוּוו צו דערשטיקן די אינערלעכע נייגונג פֿון דעם מענטש, וואָס האַלט, אַז  ער איז טאַקע בעסער, אָן אַ פֿאַרוואָס, פֿון אַ פֿרעמדן, און דערצו צו קוקן אויף  אים מיט פֿאַראַכטונג און מורא, איז אַ שיינער אידעאַל, וואָס צומאָל זעט עס אויס,  ווי אַ דאָן-קיכאָטישע מלחמה

ווי קענען מענטשן פֿאַרגלעטן די סתּירות, די רײַבונג צווישן דעם אידעאַל און דעם  אינערלעכן דראַנג?

ווי אין דעם פֿאַל פֿון דערשטיקטע געפֿילן אָדער, בעסער געזאָגט, ווידערגעפֿילן  האָבן זיי אַ נטיה אויפֿצושווימען, בײַ דער ערשטער געלעגנהייט. לאָמיר באַטראַכטן  צוויי אַספּעקטן פֿון דער דערשײַנונג — איינע אין ישׂראל און די צווייטע אין  מערבֿ-לים, אין אַמעריקע.

ישׂראל, למשל, שנײַדט זיך תּמיד צו ווערן אַ שטיקל מערבֿ-וועלט; און אויב נישט  אַלע ישׂראלים זענען איינשטימיק מיט דעם קיישל פֿון די מערבֿדיקע ווערטן, האַלט זיך  כאָטש די ישׂראלדיקע „עליטע‟ פֿאַר ציוויליזירטע לײַט, דאָס הייסט — מערבֿדיקע  ליבעראַלן. וואָס קען מען טאָן, אַז דער ישׂראלדיקער ליבעראַליזם איז, נעבעך, גאָר  ווײַט פֿון דעם, וואָס סע מיינט טאַקע ליבעראַליזם.

צוריקגערעדט, זענען די חלוצים, די גרינדער פֿון דער מדינה, געווען פֿעיִקע  מענטשן, גרויסע טרוימער, גרויסע אידעאַליסטן און קליינע ליבעראַלן. דער סאָציאַליזם  פֿון מפּא”ייִשן נוסח האָט געהערשט יאָרן לאַנג איבערן לאַנג. ער האָט מער אָדער  ווייניקער טאָלערירט פֿאַרשיידענע גרופּעס, אָבער צווישן דעם טאָלערירן און  אָפּגעבן כּבֿוד, אָדער קוקן אויף זיי ווי גלײַכבאַרעכטיקטע בירגער, איז, דאָך, אַ  שטיקל מהלך.

אײַנזעענדיק, אַז עס איז, פֿאַקטיש, אוממעגלעך צו פֿאַרזיכערן אַ טאָטאַלע  טאָלעראַנץ, איז דער ישׂראלדיקער ליבעראַליזם געפֿאַלן אויף אַ המצאה: ליבעראַליזם,  נאָר פֿאַר געוויסע גרופּעס. די באַציִונג פֿון דער מעדיאַ צו דער שטענדיקער  רײַבונג צווישן די אַראַבער און ייִדן שיידט זיך אונטער אויפֿן ערשטן בליק, אָבער  דרוקט אויס אַ דערשטיקטע מורא.

אַז עס גייט די רייד אין „ynet‟ אָדער „האָרץ‟ וועגן די „אינצידענטן מיט אַ  נאַציאָנאַליסטישן הינטערגרונט‟, דאָס הייסט, אַראַבישע אַטאַקעס אויף ייִדן, ווערט  די פּאַסיווע פֿאָרעם ברייט גענוצט: „שטיינער זענען געוואָרפֿן געוואָרן אויף די  פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע אויטאָס‟, „ייִדן זענען אַטאַקירט געוואָרן‟ וכדומה.

קליינע אינצידענטן ווערן לחלוטין נישט דערמאָנט.

אַז עס גייט די רייד וועגן די ייִדן וואָס פֿאַלן אָן אויף די אַראַבער, ווערט  פֿאַרשוווּנדן די פּאַסיווע שפּראַך, און די „נאַציע פֿון די כוליגאַנען‟ שפּילט אַ  צענטראַלע ראָלע.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172023/whom-can-we-blame-for-anti-semitism/#ixzz2bVF3OBTa

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website