The Last Sefardi From Dzhankoy

300 296 Jewish Website

דער דיכטער און קינסטלער רפֿאל לעװטשין דע אָליװײראַ, װעלכער איז געשטאָרבן אין  שיקאַגע דעם 7טן אױגוסט, איז ביז די סאַמע לעצטע טעג זײַנע פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן  פּאָעטישן שליחות. געבױרן אינעם קרימער שטעטל דזשאַנקױע אין 1946, װאָס איז  פֿאַראײביקט געװאָרן אינעם פֿרײלעכן סאָװעטישן ייִדישן ליד, איז ער אױפֿגעװאַקסן  אין קיִעװ און האָט זיך אױסגעפֿורעמט װי אַ קינסטלער אין מאָסקװע אין די 1980ער  יאָרן.

יענע תּקופֿה איז אַרײַן אין דער געשיכטע אונטער דעם נאָמען „סטאַגנאַציע‟. די  לעגאַלע סאָװעטישע קולטור איז געװען נודנע און שלעפֿעריק, אָבער אונטער דער  דאָזיקער אײבערפֿלאַך האָט זיך געברױזט אַן „אונטערערדיש‟ שעפֿעריש לעבן. אין  מאָסקװע האָט זיך לעװטשין באַקענט מיט דער גרופּע דיכטער, װאָס האָט שפּעטער  באַקומען עטלעכע נעמען׃ „מעטאַ־רעאַליסטן‟, „מעטאַ־מעטאַפֿאָרסיטן‟,  „פּאָסט־פֿוטוריסטן‟. ס׳רובֿ פֿון זײ זײַנען געקומען פֿון דער פּראָװינץ, בפֿרט  פֿון דרום־רוסלאַנד און אוקראַיִנע.

זײער דיכטערישן ייִחוס האָבן זײ געצױגן פֿונעם רוסישן פֿוטוריזם און אַװאַנגאַרד  פֿון די 1910ער–1920ער יאָרן. אױבן אָן איז בײַ זײ געשטאַנען דער פּאָעטישער  כּח־הדמיון, װאָס האָט זיך אױסדריקט אין קאָמפּליצירטע, צומאָל פֿאַרדרײטע און  איבערגעדרײטע מעטאַפֿאָרישע און סימבאָלישע אימאַזשן. זײער באָהעמישער לעבנסשטײגער  איז געװען אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿון זײער פּאָעטיק. פֿון אײן זײַט זײַנען זײ  געװען אױסגעשפּראָכענע קעגנער פֿון דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער קולטור, אָבער פֿון  דער אַנדערער זײַט האָבן זײ געלעכצט נאָך אָנערקענונג און באַרימטקײט.

דער ליטעראַטור־פֿאָרשער מיכאל עפּשטײן, הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר אין  „עמאָרי־אוניװערסיטעט‟ אין אַטלאַנטע, האָט בשעתּו אַזױ באַשריבן דעם תּמצית פֿון  מעטאַ־רעאַליזם׃ „דאָס איז אַ װירקלעכקײט, װאָס אַנטפּלעקט זיך הינטער דער  מעטאַפֿאָר, אױף יענעם באָדן, װוּ די מעטאַפֿאָר טראָגט איבער איר טײַטש‟. די  מעטאַ־רעאַליסטן זײַנען געװען אױסן צו באַשאַפֿן דורך אירע װערק אַן אײגענע,  פֿאַנטאַסטישע, רײַכע און פֿיל־קאָלירטע װעלט, װאָס זאָל פֿאַרבײַטן דעם גרױען  זומפּ פֿון דער סאָװעטישער טאָג־טעגלעכקײט.

„מיר בױען אַ בבֿל־טורעם פֿון קולטור, און מע פּרוּװט אונדז אַרײַנטרײַבן אױפֿן  בױפּלאַץ פֿון דער פֿעסטונג פֿון ציװיליזאַציע‟, האָט לעװטשין אַזױ דערקלערט דעם  שליחות פֿונעם דיכטער. אין שיקאַגע, װוּ ער איז געקומען אין 1991 װי אַ פּליט, איז  ער פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן באָהעמישן לעבנסשטײגער. „דאָס איז אַ פּרעכטיקע שטאָט!‟  — זאָגט ער — „אַמאָל איז דאָס געװען די שטאָט פֿון אַרבעטער און ׳גענגסטערס׳;  הײַנט איז דאָס די שטאָט פֿון דער קינסטלערישער באָהעמע. װען איך האָב דערזען אַ  פּאָליציאַנט מיט אַ פּאָנק־פֿריזור, האָב איז פֿאַרשטאַנען, אַז די דאָזיקע שטאָט  איז מײַנע.״

די מעטאַ־רעאַליסטן האָבן געהאַט אַ צד־שכּנגד אין דער אומאָפֿיציעלער רוסישער  קולטור פֿון יענער צײַט׃ די „קאָנצעפּטואַליסטן‟. דאָס זײַנען געװען איראָנישע  סקעפּטיקער, װאָס האָבן, לױט עפּשטײן, „פֿאַנאַנדערצעשפּאָלטן אַלע גאַנצקײטן און  אַנטפּלעקט זײ װי אַ ליגנערײַ‟. די קאָנצעפּטועלע דיכטונג איז געװען שאַרפֿזיניק  און שפּילעװדיק, פֿול־געפּאַקט מיט רמזים און אַלוזיעס אױף דער קלאַסישער  ליטעראַטור. זײ האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר די, װאָס זײַנען געקומען „נאָך אַלעמען‟,  כּדי אונטערצופֿירן די סאַמע לעצטע סך־הכּלען פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. די  מעטאַ־רעאַליסטן האָבן געגלױבט אין דעם דיכטערישן מעשׂה־בראשית, בעת די  קאָנצעפּטואַליסטן האָבן אַנאַטאָמירט די פּוסטקײט פֿון דער טױטער טראַדיציע.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172224/the-last-sefardi-from-dzhankoye/#ixzz2cSjerp65

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website