Yiddish Festivals at Full Speed

630 419 Jewish Website

ס‘איז שוין אלול, און דעם סוף פֿונעם זומער קען מען שוין פֿילן פֿונעם וועטער,  אָבער דערווײַל קומען פֿאָר גרויסע ייִדישע פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט, וועלכע  ציִען צו זיך צו טויזנטער צוקוקער און באַטייליקטע. מיר האָבן פֿון פֿרײַנד  אָפּגענומען גרוסן פֿון די אונטערנעמונגען, און עס זעט אויס, אַז דער אינטערעס צו  דער ייִדישער מוזיק, טענץ און קולטור איז נאָך שטאַרק און איז אַ  פֿאַרשפּרייטער.

אין די „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟־וואַרשטאַטן האָט מען אין די פֿריִערדיקע דרײַ  יאָר געלערנט די „אַלטע‟ ייִדישע מוזיק און לידער, אָבער דעם זומער האָט מען  געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער „נײַער ייִדישער מוזיק‟, און דאָס האָט אַרײַנגענומען  סײַ לידער, סײַ קלעזמער־מוזיק, סײַ טענץ. פֿון אַמעריקע זענען געקומען פֿרענק  לאָנדאָן, לאָרין סקלאַמבערג, פּאַטריק פֿאַרעל און בענדזשי פֿאָקס־ראָזען; און  פֿון דײַטשלאַנד — אַלען בערן, דער דירעקטאָר פֿון דער ווײַמאַרער פּראָגראַם, דן  קאַהן, איליאַ שנייווײס און מאַרק קאָוונאַצקי. סטיוו ווײַנטרויב האָט געשאַפֿן  נײַע טענץ בײַ דער געלעגנהייט.

דער „ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל‟ אין קראָקע האָט, ווי אַלע יאָר, צוגעצויגן  טויזנטער מענטשן אויף די גאַסן פֿון דער אַלטער שטאָט, בפֿרט בײַם שלוס־קאָנצערט,  וווּ עס זענען אויפֿגעטראָטן פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס, צווישן זיי שׂרה־מינע  גאָרדאָן און איר גרופּע „ייִדישע פּרינצעסין‟.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172159/yiddish-festivals-at-full-speed/#ixzz2cpHnL63w

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website