Actor and Writer Moyshe Loev Dies at 96

600 342 Jewish Website

דעם 27סטן אויגוסט, 2013 איז אַוועק אין דער אייביקייט משה לאָיעוו, ייִדישער  אַקטיאָר, רעזשיסאָר און שרײַבער. מיר האָבן פֿאַרלוירן אַ שיינעם, האַרציקן מענטש,  וואָס האָט זײַן גאַנץ לעבן געדינט דעם ייִדישן וואָרט — סײַ פֿון דער טעאַטער־בינע  און סײַ מיט זײַן טאַלאַנטירטער פּען. ער האָט געקאָנט דערלאַנגען אַ מעשׂה, וואָס  האָט פֿאַרכאַפּט מיט איר אמת און שאַפֿערישער פֿאַנטאַזיע.

משה לאָיעוו איז געבוירן געוואָרן אין 1917, אין דער אוקראַיִנישער שטאָט  טשערקאַס. נאָך אַ קינד האָט ער אַרויסגעוויזן אַקטיאָרישע פֿעיִקײטן, זיך  באַטײליקט אין אַמאַטאָרישע און פֿראָפֿעסיאָנעלע ספּעקטאַקלען. נאָכן פֿאַרענדיקן  די מיטלשול איז ער אין יאָר 1933 אָנגעקומען אין דער טעאַטראַלער שול בײַם מאָסקװער  ייִדישן מלוכה־טעאַטער. ער האָט זיך באַטײליקט אין די ספּעקטאַקלען פֿונעם קיִעװער  ייִדישן ליאַלקע־טעאַטער און אין דעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער פֿון אוקראַיִנע, וווּ  ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן, ווי אַן אַקטיאָר, נאָכן פֿאַרענדיקן דעם ייִדישן  פֿאַקולטעט בײַם קיִעװער טעאַטראַלן אינסטיטוט.

אין יולי 1941 װערט ער מאָביליזירט אין דער אַרמײ און נאָך די ערשטע שלאַכטן  פֿאַלט לאָיעוו אַרײַן אין געפֿאַנגענשאַפֿט צו די דײַטשן. ער מאַכט דורך אין משך  פֿון דרײַ יאָר אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום און, װען ער גײט אַרױס אַ לעבעדיקער, נעמט  מען אים װידער אין דער רויטער אַרמיי, אָבער שױן אין אַ שטראָף־באַטאַליאָן, ווײַל  ער האָט זיך „געלאָזט נעמען אין פּלען אַרײַן‟. נאָך אַ שווערער פֿאַרוווּנדונג,  האָט מען לאָיעוון דעמאָביליזירט, און אין יוני 1945 קערט ער זיך אום אין טעאַטער,  װעלכן מ’האָט שוין צו יענער צײַט אַריבערגעפֿירט פֿון קיִעװ קײן טשערנעװיץ. ער  אַרבעט, צו ערשט, װי אַן אַסיסטענט בײַם קינסטלערישן אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, משה  גאָלדבלאַט, און שפּעטער שטעלט ער אַלײן אַ רײ ספּעקטאַקלען. צוזאַמען מיט  גאָלדבלאַטן, שאַפֿט לאָיעוו אַ רײ קאָנצערט־פּראָגראַמען, אָרגאַניזירט אַ  ליאַלקע־טעאַטער, זעצט איבער פֿון רוסיש פּיעסעס. נאָך דעם װי אין פֿעברואַר 1950  האָט מען דעם טעאַטער פֿאַרמאַכט, גרינדעט לאָיעוו אַ רוסישן פֿאָלקס־טעאַטער בײַם  קולטור־הױז פֿון לערער; ער אינסצעניזירט שלום־עליכמס ראָמאַן „בלאָנדזשנדע שטערן‟  פֿאַרן טשערנאָװיצער אוקראַיִנישן מוזיקאַליש־דראַמאַטישן טעאַטער.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172481/actor-and-writer-moyshe-loev-dies-at-/#ixzz2dNRh9WZZ

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website