Jokes for the New Year

597 380 Jewish Website

אַ גרױסער בעל־צדקה

אַ ייִד אַ נגיד, װאָס איז אַמאָל אין דער יוגנט געװען אַ שטיקל בעל־תּפֿילה,  האָט אײן מאָל מנדבֿ געװען צו דאַװנען מוסף פֿאַרן עולם. נאָכן דאַװנען רופֿט זיך  אײנער אָפּ:

„הערט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן. אונדזער הײַנטיקער בעל־מוסף איז באמת אַ גרױסער  בעל־צדקה. איטלעכער גיט װען ער קען; ער, אָבער, קען נישט, פֿון דעסטװעגן גיט ער אַ  נדבֿה.


אַ פּשוטער קל־וחומר

אַ קלױזניק ליגט בײַ נאַכט אױף אַ האַרטער באַנק אין בית־המדרש און קען נישט  אַנשטלאָפֿן װערן. טאַפּט ער אָן עפּעס אַ פֿעדער אױף זײַן קאַנאַפּע, װאָס ליגט  אים צוקאָפּנס, און ער נעמט דרינגען:

איך הײב נישט אָן צו פֿאַרשטײן מיטן שׂכל. אױף װאָס טױג עס אַנדערע לײַט צו  האָבן אַ סך קישנס מיט פּערינעס? ס’איז דאָך אַ פּשוטער קל־וחומר: אַז אײן פֿעדער  איז אַזױ האַרט, מוז דאָך אױף אַ סך פֿעדערן אַװדאי און אַװדאי זײַן האַרט צו  ליגן.


אים פֿעלט דאָס מזומן

„װאָס מאַכט איר?‟, האָט אײנער געפֿרעגט זײַנעם אַ פֿרײַנד, אָנטרעפֿנדיק אים  אין גאַס.

„זײער ניט גוט,‟ האָט דער פֿרײַנד געענטפֿערט. „איך האָב אַ מײדל חתונה צו  מאַכן, און איך האָב פּונקט פֿאַר איר אַ גוטן חתן, נאָר דער חתן װיל אַנדערש נישט  װי צװײ הונדערט רובל, אָבער איך האָב מער נישט װי הונדערט.‟

„דאָס איז דאָך אַ קלײניקײט,‟, האָט דער ערשטער געזאָגט, „לײַט זאָגן צו אַ  גרעסערן נדן און גיבן דערנאָך ניט אַװעק. דאָס זעלבע דאַרפֿט איר אױך טאָן: איר  זאָגט אים צו צװײ הונדערט און נאָך דעם װעט איר אים אײן הונדערט ניט אָפּגעבן.‟

האָט דער פֿרײַנד געענטפֿערט: „דאָס איז דאָך די מעשׂה — דעם צוגעזאָגטן  הונדערטער האָב איך, נאָר דער אמתער פֿעלט מיר.‟

[…]

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/172603/?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_term=Oyneg%2520Shabes&utm_campaign=Oyneg%2520Shabes#ixzz2e9T4Kx1W

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website