אין גמרא קאָן מען געפֿונען אי נעגאַטיווע, אי פּאָזיטיווע באַציִונגען צו מעדיצין. למשל, „עס איז אַ רעליגיעזע מיצווה אָפּצוהיטן דאָס געזונט‟; „אַ תּלמיד־חכם טאָר ניט וווינען אין אַ שטאָט, וווּ עס איז ניט פֿאַראַן קיין דאָקטער‟, וכּדומה.
אויך אין דער ייִדישער ליטעראַטור קאָן מען געפֿינען סײַ פּאָזיטיווע שילדערונגען און סײַ ניט ווייניק חכמות און וויצן וועגן דאָקטוירים. אין שלום־עליכמס אַ בריוו געפֿינען מיר: „די… דאָקטוירים ווייסן ניט פֿון דאַנען אַהין‟. בײַ דניאל טשאַרני: „אמת, ווען איך פֿאָלג די דאָקטוירים, וואָלט איך שוין לאַנג געווען אויף יענער וועלט‟. בײַ אונדז, אין ישׂראל, האָט מען ליב צו זאָגן: „ווען די דאָקטוירים שטרײַקן, פֿאַלט מיט אַ מאָל די שטערבלעכקייט אין לאַנד‟.
נאָר דאָס זענען בלויז חכמות. מיר אַלע ווייסן די וויכטיקע ראָלע וואָס עס שפּילט אין אונדזער לעבן די הײַנטיקע מעדיצין און די וווּנדערלעכע דערגרייכונגען אין דעם געביט אין ישׂראל. פֿון דעסטוועגן, שטאַרבן אי יונגע, אי עלטערע לײַט צוליב פֿאַרשיידענע קראַנקייטן. וועגן וואָס טראַכטן זיי דעמאָלט, ווען מע געפֿינען זיך „אויף דער שוועל פֿון יענער וועלט‟? וואָס פֿאַר אַ פֿילאָסאָפֿישע אויספֿירונגען וועגן טויט און לעבן מאַכן זיי אויף דער גרענעץ צווישן זײַן און ניט זײַן?
„אויפֿן שוועל פֿון יענער וועלט‟ — אַזוי הייסט דניאל טשאַרניס בוך, וווּ ער דערציילט וועגן זײַן לעבן אין משך פֿון 12 יאָר, ביזן טויט 1959, אין די לונגען־הייל־אַנשטאַלטן. אָבער וועגן די באַשרײַבונגען זײַנע — אַ ביסל שפּעטער. צוערשט, וועלן מיר אָנהייבן פֿון אונדזער קלאַסיקער. שלום־עליכם, אין די בריוו פֿאַרן יאָר 1913 צו י. ד. בערקאָוויטשן, פֿון אַ בערנער שפּיטאָל האָט געשריבן: „פֿאָריקע נאַכט בין איך אַראָפּ אין קבֿר. ס’איז געווען נאָר איין טריט צווישן מיר און דעם טויט. איך האָב פֿיל געשריִען און נאָך מער געוויינט… עס קאָן זײַן, אַז איך וועל מיך אויסהיילן און עס קאָן זײַן, אַז איך וועל גיין אין גרוב… איך בין מיך כּלל ניט מצער, וואָס מײַן לעבן ווערט איבערגעשניטן. וואָרים איך האָב גענוג געלעבט, אויך אַ סך כּבֿוד געהאַט בײַם לעבן, און אויך אַ שטיקל ירושה האָב איך איבערגעלאָזט… פֿאַר מײַן פֿאָלק.‟
אין דענעווער שווינדזוך־סאַנאַטאָריע האָט זיך געהיילט ה. לייוויק. און אויך דאָרטן, פֿאַר אים, איז געלעגן דער יונג־געשטאָרבענער פּאָעט דוד עדעלשטאַט. ער איז נאָך געווען צו יונג, 26 יאָר, צו טראַכטן וועגן שטאַרבן, וועגן לעבנס־פֿילאָסאָפֿיע! ער, דער פּראָלעטאַרישער פּאָעט, וועלכער איז געשטאָרבן פֿון דער פֿאַרשפּרייטסטער „פּראָלעטאַרישער‟ קרענק, ווי מע האָט גערופֿן די שווינדזוכט, האָט אין ליד „מײַן צוואה‟ אויסגעדריקט זײַן באַציִונג צו דעם קאַמף פֿון דעם אַרבעטער־קלאַס:
אָ, גוטע פֿרײַנד, ווען איך וועל שטאַרבן, טראָגט צו מײַן קבֿר אונדזער פֿאָן — די פֿרײַע פֿאָן מיט רויטע פֿאַרבן, באַשפּריצט מיט בלוט פֿון אַרבעטסמאַן!…
פֿיר יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ה. לייוויק פֿאַרבראַכט אין שווינדזוכט־סאַנאַטאָריעס. דאָס זענען אויך געווען יאָרן פֿון דערפֿאָלגרײַכער שעפֿערישקייט פֿונעם פּאָעט. וועגן דער צײַט האָט ער אָנגעשריבן צוויי פּאָעטישע ציקלען „לידער פֿון גן־עדן‟ און אויך „באַלאַדע פֿון דענעווער־סאַנאַטאָריום‟, „לידער צו דער באַרעמהערציקער שוועסטער‟. שורות פֿון זײַנע באַשרײַבונגען וועגן שפּיטאָל: „דאָ זעט מען דאָס שמייכל פֿון שטאַרבן‟. וועגן די קראַנקע: „ער גרייט זיך צום מעסער פֿון שניטער… — בין גרייט, קום מיך נעמען, וווּ ביסטו, וווּ ביסטו?‟; „צי איז ניט דאָס שטאַרבן צומאָל אַ טראָט צו אַ נײַערן לעבן?‟; „מיך שרעקט ניט מײַן אייגענער טויט, נאָר די ליידיקע בעט פֿון מײַן שכן‟…
איצט וועלן מיר זיך אַ ביסל אָפּווענדן פֿון לייוויקס דיכטונג און זען ווי פּאָעטיש באַשרײַבט ער אין פּראָזע די קרענק, די שווינדזוכט, אין זײַן ביכל „מיט דער שארית־הפּליטה‟:
— שווינדזוכט… טוט איר צעשטערערישע אַרבעט שטיל, בהדרגהדיק, כּמעט ווי מיט זײַדענע פֿינגער, פֿאַנאַנדערשפּינענדיק דינינקע, צאַרטע געוועבן. מ’קאָן מיינען, אַז פֿאַנאַנדערשפּינענדיק זיי שפּילט זי דערווײַל אויף זיי, ווי אויף פֿאַרחלומטע סטרונעס און שפּילט אויס אויף זיי די שטילסטע ניגונים.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172632/no-one-knows-that-god-is-weeping/#ixzz2e9YgDZTm