News from Melbourne

630 420 Jewish Website

דער געוועזענער פּרעמיער-מיניסטער באַקומט ירושלים-פּרעמיע

דער געוועזענער פּרעמיער-מיניסטער פֿון אויסטראַליע, דזשוליאַ גילאַרד  (לייבאָר), האָט באַקומען די „ירושלים-פּרעמיע‟ בײַ דער יערלעכער אַלגעמיינער  פֿאַרזאַמלונג פֿונעם ציוניסטישן ראַט פֿון וויקטאָריע אין מעלבורן, לטובֿת איר  אונטערשטיצונג פֿון מדינת-ישׂראל במשך פֿון איר פּאָליטישער קאַריערע. די פּרעמיע  ווערט אויך געגעבן פֿון דער וועלט־ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע.

אַן ערך 350 מענטשן האָבן געהערט גילאַרדס רעפֿעראַט אויף דער טעמע פֿונעם  איצטיקן שלום-פּראָצעס און וועגן דעם ייִדישן לעבן אין אויסטראַליע. זי האָט  געפֿאָדערט, אַז די פּאַלעסטינער זאָלן אָנערקענען מדינת-ישׂראל ווי די ייִדישע  מלוכה, און האָט אויך גערעדט וועגן דער נוקלעאַרער סכּנה, צוליב איראַנס נוקלעאַרער  פּאָליטיק.

גילאַרד האָט אויך גערעדט וועגן דעם אָנפֿאַל אויף אַ סידנעיער ייִדישער משפּחה  אויף דער גאַס אין דער ייִדישער געגנט באָנדײַ, זאָגנדיק, אַז דאָס איז געווען  נישט־דערלאָזלעך און, אַז עס איז געווען קעגן די פֿילאָסאָפֿישע יסודות פֿון  אויסטראַליע. זי האָט אויך גערעדט וועגן דעם פּרוּוו פֿון דער נײַער ליבעראַלער  רעגירונג אָפּצושאַפֿן דאָס געזעץ, וואָס פֿאָרווערט דאָס דיסקרימינירן קעגן  אַנדערע, צוליב זייער ראַסע, ווײַל עס איז מער נישט נייטיק, לויט דער מיינונג פֿון  דער רעגירונג.

גילאָרד האָט באַדאַנקט דאָס אויסטראַלישע ייִדנטום פֿאַר דער פּרעמיע,  זאָגנדיק, אַז עס איז אַ גרויסער כּבֿוד פֿאַר איר צו באַקומען די  „ירושלים-פּרעמיע‟.

די מענטשן-רעכט קאָמיסיע זאָגט, אַז די צאָל גוואַלד-אַקטן קעגן ייִדן אין  לאַנד איז געפֿאַלן

די מענטשן-רעכט קאָמיסיע פֿון אויסטראַליע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם  באַריכט, וואָס גיט איבער, אַז די צאָל גוואָלד-אַקטן קעגן ייִדן, וועלכע זײַנען  באַגאַנגען געוואָרן אין אויסטראַליע, איז געפֿאַלן בשמך פֿונעם יאָר, כאָטש די  צאָל אַנטיסעמיטישע פֿאַלן, וועלכע זײַנען בכלל באַגאַנגען געוואָרן אין  אויסטראַליע איז געשטיגן. 657 אַנטי-ייִדישע פֿאַלן זײַנען פֿאָרגעקומען אין  אויסטראַליע צווישן דעם ערשטן אָקטאָבער 2012 און דעם 30סטן סעפּטעמבער 2013, לויטן  באַריכט. דאָס איז די צווייט-העכסטע צאָל פֿון אַזעלכע אָנפֿאַלן אין דער געשיכטע  פֿון 24 יאָר.

די צאָל פֿיזישע אָנפֿאַלן איז געווען די קלענסטע במשך פֿון די פֿאָריקע אַכט  יאָר, כאָטש זי איז מיט 18% העכער, ווי די דורכשניטלעכע צאָל, דאָס הייסט, 24  אָנפֿאַלן יעדעס יאָר. סטראַשונקעס דורך דער פּאָסט, דעם טעלעפֿאָן, פֿלוגבלעטלעך,  טראַנספּאַראַנטן און בליצבריוו זײַנען געשטיגן מיט 60%, די צווייט העכסטע צאָל  במשך פֿון די פֿאָריקע 24 יאָר.

דער עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום האָט רעאַגירט אויפֿן באַריכט,  זאָגנדיק, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז ווײַט פֿונעם צענטער פֿונעם אויסטראַלישן  פּאָליטישן לעבן און, אַז סטערעאָטיפּן וועגן ייִדן זײַנען יאָ אַ טייל פֿון דער  אויסטראַלישער קולטור, כאָטש זיי זײַנען נישט אַזוי טיף אײַנגעוואָרצלט, אָדער  אַזוי העסלעך, ווי עס איז דער פֿאַל אין אייראָפּע און אין מיטעלן-מיזרח. די פֿירמע  „פֿייסבוק‟ האָט אָפּגעמעקט 35 פֿון 51 אַנטיסעמיטישע זײַטן אין אויסטראַליע נאָך  דעם ווי דער ראַט האָט זיך געוואָנדן צו איר וועגן זיי.

ייִדישע אָרגאַניזאַציעס טאַדלען דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן

אַ פּאָר אויסטראַלישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געטאַדלט דעם נוקלעאַרן  אָפּמאַך צווישן איראַן און אַמעריקע, רוסלאַנד, כינע, בריטאַניע, פֿראַנקרײַך און  דײַטשלאַנד, וואָס וועט דויערן זעקס חדשים. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער, בנימין  נתניהו, האָט פֿריִער געהאַט געטאַדלט דעם אָפּמאַך.

דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע האָט  באַצייכנט, אַז דער אָפּמאַך האָט דעם פּאָטענציאַל צו געבן איראַן צײַט ווײַטער צו  אַנטוויקלען דאָס נוקלעאַרע געווער. ער האָט געזאָגט, אַז די אימפּליקאַציעס פֿונעם  אָפּמאַך האָבן אויך דעם פּאָטענציאַל צו זײַן קאַטאַסטראָפֿאַל פֿאַר  מדינת־ישׂראל.

דער עקזעקוטיוו-דירעקטאָר פֿון דעם אויסטראַליע־ישׂראל־ און ייִדישע ענינים־ראַט  האָט געזאָגט, אַז כאָטש יעדער איינער וואָלט בעסער געוואָלט, אַז די פּראָבלעם  זאָל געלייזט ווערן דורך דיפּלאָמאַטיע, איז דער אָפּמאַך אַ סכּנותדיקער, ווײַל ער  שאַפֿט גלײַך אַפּ די אינטערנאַציאָנאַלע סאַנקציעס קעגן איראַן, כאָטש איראַן  האַלט, אַז זי איז נאָך אַלץ באַרעכטיקט צו באַרײַכערן אוראַניום. ער האָט  פֿאַרגליכן דעם פֿאַל מיטן פּרוּוו אײַנצורעדן צפֿון-קאָרעע נישט צו שאַפֿן קיין  נוקלעאַר געווער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174544/news-from-melbourne/#ixzz2mcnZFpQJ

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website