Soviet Jewish History, The Shtetl View

630 420 Jewish Website

דער אָנגענומענער קוקװינקל אױף דער געשיכטע פֿון ייִדן אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד  נעמט פֿאַר אַ יסוד די גרױס־שטאָטישע פּאָזיציע. נאָך דעם װי די רעװאָלוציע פֿון  1917 האָט אָפּגעשאַפֿן דעם תּחום־המושבֿ, האָבן זיך הונדערטער טױזנטער ייִדן אַ  לאָז געטאָן אין די גרױסע אינדוסטריעלע שטעט פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און  װײַסרוסלאַנד. דער חורבן האָט כּמעט אױסגעמעקט די פֿאַרבליבענע באַפֿעלקערונג פֿון  די שטעטלעך, װאָס איז געװען מער טראַדיציאָנעל אין איר לעבנס־שטײגער. אַזױ אַרום  איז פֿונעם שטעטל פֿאַרבליבן בלױז אַ זכר, דער עיקר, אין דער ייִדישער  ליטעראַטור.

עד־היום האָבן די שטעטלדיקע ייִדן ניט געהאַט קײן אײגענע שטים אין דער  סאָװעטישער ייִדישער געשיכטע. דער דאָזיקער בלױז איז אױסגעפֿילט געוואָרן אינעם  נײַעם בוך פֿון דזשעפֿרי װײַדלינגער „אינעם שאָטן פֿונעם שטעטל‟. פּראָפֿעסאָר  װײַדלינגער האָט אין משך פֿון עטלעכע יאָר באַזוכט שטעט און שטעטלעך פֿון  פּאָדאָליע און װאָלין, װוּ עס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן געצײלטע ייִדישע תּושבֿים.  ער האָט מיט אױפֿמערק אױסגעהערט זײערע דערצײלונגען און זײ אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דעם  מער באַקאַנטן הױפּטשטראָמיקן „מײַסטער־נאַראַטיװ‟ פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער  געשיכטע.

פֿון די שטיקלעך זכרונות פֿון עלטערע ייִדן און ייִדענעס קומט אַרױס אַ לעבעדיק  און פֿאַרביק בילד פֿון זײער שװערער דאָליע: די פּאָגראָמען פֿונעם בירגער־קריג,  דלות, הונגער, האָרעװאַניע אין קאָלװירטן, קאָמוניסטישע גזירות קעגן רעליגיע, און  דאָס סאַמע טראַגישסטע, די דײַטשישע און רומענישע אָקופּאַציע. דאָס רובֿ שטעט און  שטעטלעך, װאָס װײַדלינגער האָט באַזוכט, געפֿינען זיך אין פּאָדאָליע צװישן די  טײַכן דרום־בוג און דנעסטער. דער דאָזיקער שטח איז בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה  געװען אונטער דעם רומענישן קאָנטראָל. אַהין, קײן טראַנסניסטריע,  האָבן די רומענער דעפּאָרטירט צענדליקער טױזנטער ייִדן פֿון בעסאַראַביע און  בוקאָװינע. דאָס רובֿ מענטשן זײַנען אומגעקומען אין די אוממענטשלעכע באַדינגונגען  פֿון די געטאָס און לאַגערן, אָבער אַ טײל האָט דאָך איבערגעלעבט די אָקופּאַציע.  און בלױז אַ הײפֿעלע פֿון זײ לעבן ביז הײַנט אין זײערע אוקראַיִנישע הײמשטעט.

הגם דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער שטײגער האָט שטאַרק געליטן אונטער דער  סאָװעטישער מאַכט, האָבן די פּאָדאָליער ייִדן אָפּגעהיט אַ סך מער ייִדישקײט אײדער  די, װאָס זײַנען אױסגעװאַנדערט אין די גרעסערע שטעט. אַ היפּשע צאָל ייִדן זײַנען  דאָ געװען בעל־מלאכות, בפֿרט אַז די סאָװעטן האָבן אָפּגעשאַפֿן דאָס פּריװאַטע  אײגנטום און דערדריקט דעם האַנדל און אונטערנעמונגען. האָט מען געזוכט כּלערלײ  פּרנסות, באַדינט די פּױערים פֿון די סבֿיבֿות, געהאַנדלט שטילערהײט, און געאַרבעט  אין מלוכישע אַנשטאַלטן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174565/soviet-jewish-history-the-shtetl-view/#ixzz2nsKSFe1e

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website