Yiddish with an Aleph

630 420 Jewish Website

עס טוט זיך לעצטנס מיט א פרשה פון קברים אין בית שמש. איך בין נישט באקאנט אין  די פרטים; עפעס האנדלט זיך עס וועגן א בוי-פראיעקט, וואס זאל אנגעבליך זיך האבן  אנגעשטויסן אין קברים, ארום וועלכע ס’האט זיך אנטוויקלט א מיינונגס-פארשידנהייט  איבער יא אדער נישט פארזעצן מיט דער ארבעט. “מיינונגס-פארשידנהייט”, ווי עס איז דער  סדר אין אונזער וועלטל, באדייט פראטעסטן, פאשקעווילן, קללות און חרמות – און דאס  גאנצע פעקל וואס קומט געווענליך מיט. דער חידוש מיט דעם פאל איז אבער, אז ביידע  צדדים, להיתר און לאיסור, באלאנגען צום קנאי’שן לאגער. צווישן די מתירים זענען  פאראן פראמינענטע און אקטיווע מיטגלידערס פון דער “עדה החרדית”, און די מחלוקה האט  געפירט צו אן אומאפיציעלן אבער טיפן ריס אינערהאלב דעם קנאי’שן לאגער, בעיקר אין  ארץ ישראל אבער אויך אין אויסלאנד.

מיך דאכט זיך, אז די קברים איז מער אויסרייד ווי סיבה. דער מיליטאנטישער טאן און  ווילדע מעשים וואס די “קנאים” אינעם קנאי’שן לאגער האבן אונטערגענומען קעגן די  “לינקע קנאים” הערן און זעען זיך אזוי מאדנע נישט אין פראפארץ צו די אנגעגעבענע  טענות, אז מען מוז זיך נעמען זוכן די סיבה, דעם מאטיוו, ערגעץ אנדערש ווי צווישן  ביינער אין בית שמש.

און איך מיין אז ס’האט כאטש טיילווייז צוטאן מיט א יסודות’דיגן קריזיס אין דער  אידענטיטעט פון דעם קנאי’שן, אנטי-ציוניסטישן לאגער. עס זענען דא פאראן צוויי  חלקים, וואס זענען כדאי אויסצושמועסן: דעם עצם קעגנערשאפט, און דעם אופן ווי זי איז  במשך די יארן אויסגעדריקט און געפרעדיגט געווארן.

די שיטה פון די קנאים, אינעם סאמע ברייטן זין פון ווארט, איז א יסודות’דיגע,  כללית’דיגע קעגנערשאפט צום רעיון הציוני. אייננעמען ארץ ישראל און דארט אוועקשטעלן  א אידישע פירערשאפט, איז אסור. דער איינציגער אופן פון איבערנעמען דאס לאנד איז  אונטער דער פאן פון משיח, וועלכער וועט צוערשט צוזאמקלויבן אלע אידן פון גלות, און  זיי ארויפפירן צום הייליג לאנד. אזא אופן פון גאולה נעמט אריין כל’ערליי פאנטאסטישע  פרטים, ניסים, און מעטאפיזישע שינויים אין דער בריאה. די ווערטער פון די נביאים  איבער “יענעם טאג” ווערן דא אויפגענומען מער-ווייניגער בוכשטעבליך. אחוץ אן  אלוועטליכער אויפשאקלונג, צרות נאכגעפאלגט פון ניסים וואס וועלן יציאות מצרים שטעלן  אין שאטן, דערווארטן אידן מיט אזא אויסקוק אז דער משיח זאל אונז אלע עווענטועל  רייניגן מיט’ן אש פון דער פרה אדומה, א פיקס-פארטיגער בית המקדש פון פייער זאל זיך  אראפלאזן פון הימל, און אונזער ארט לעבן זאל טראגן אן ענליכן כאראקטער צו יענעם פון  זמן הבית (ווי מיר שטעלן זיך עס פאר אין פאנטאזיע – קיין סך היסטארישע פרטים האבן  מיר דאך נישט).

דער חילוק צווישן די “קנאים” און אנדערע חרדי’שע נישט-קנאים האט זיך אויף אן אמת  אויסגעשטאלדיגט נאך דער גרינדונג פון דער מאדערנער מדינת ישראל אין תש”ח. בעת די  חרדי’שע אגודה-קרייזן האבן אויפגענומען די מדינה ווי א פאקט און אלע אישוס פון דארט  און ווייטער באהאנדלט אין דעם ליכט, האבן די קנאים-קרייזן דעקלארירט “איני מכיר”.  די מדינה איז דא; היות אבער איר עצם עקזיסטענץ איז סותר די עיקרי הדת, וועלן מיר  מיט איר נישט האבן קיין שייכות. אנשטאט א מדינה, איז דא פאראן א כאפטע רשעים, וואס  האבן זיך באזעצט אויף דער הייליגער ערד און פרואווען אפפירן ערליכע אידן פון  וועג.

דאס איז די תורה פון קנאות אויף איין פוס. הלכה למעשה איז דאס קנאות געווען  געווידמעט פרטים און פראבלעמען מצד דער מדינה וואס זענען געווען געצילט, דירעקט  אדער אומדירעקט, קעגן דער הלכה און מסורה. די פראטעסטן און פראקטישע קנאות האט זיך  געדרייט ארום און איז געווען געצילט געזעצן און גזירות, וואס האבן געטשעפעט מיט  הלכה אדער דער מעגליכקייט פון חרדישע אידן צו פירן א הלכה’דיג לעבן.

אין דער פארגאנגענהייט איז א חרדישן איד נישט אזוי שווער אנגעקומען צו זיין א  קנאי. די מדינה איז געווען לינק-סאציאליסטיש און היפש אנטי דת און מסורה. די פירערס  פון יענער תקופה האבן באמת געזוכט אויסצורייסן דאס טראדיציאנאלע יהדות, און האבן  כסדר צוגעשטעלט סיבות פאר קאנפראנטאציע.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/174907/#ixzz2nsL98d2s

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website