אײַ, דער ייִדישער טעאַטער איז הײַנט נישט דאָס וואָס געווען. מיט הונדערט יאָר צוריק זײַנען געווען צענדליקער טעאַטערס, די גרעסטע שטערן — אַדלער, קעסלער, טאָמאַשעווסקי — און דער עולם איז געווען אַ ריזיקער; ווײַל פֿאַר מיליאָנען פּשוטע ייִדן, אַרבעטער, איז דער טעאַטער געווען די הויפּט־פֿאַרווײַלונג (אַזוי ווי ס׳איז דעמאָלט נאָך נישט געווען קיין טעלעוויזיע, קיין אינטערנעץ, אַפֿילו נישט קיין ראַדיאָ). און הײַנט, נעבעך, בעוונותינו הרבים, איז די וועלט שוין מער ניטאָ: ניטאָ קיין גרויסע שטערן, ניטאָ קיין עולם. וואָס געווען איז געווען. איז לאָמיר לאָזן אַ טרער פֿאַרן אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער און פֿאַרמאַכן שוין דאָס קלייטל…
ניין, גראָד פֿאַרקערט! עס שטעלט זיך אַרויס, אַז הײַנט איז זייער אַן אינטערעסאַנטע צײַט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער דאָ אין ניו־יאָרק. עס שפּילן צוויי טעאַטערס — די גרויסע “פֿאָלקסבינע” און דער קליינער “נײַער ייִדישער רעפּערטואַר” (ני״ר) — און מע שפּילט דווקא גוטע סחורה. די וואָך, למשל, בין איך געווען אויף אַ געראָטענער פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס “אַגענטן” בײַם ני”ר, ווי אויך אַליין געשפּילט אין אַ פּרעכטיקער פֿאָרלייענונג פֿון “ליבע, אַרבעט, פֿאַרלוסט” (בעסער אויף ענגליש: Love, Labor, Loss), באַזירט אויף דרײַ איינאַקטערס פֿון כאַווער פּאַווער, שלום־עליכם און משה נאַדיר. עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז אַן אַקטיאָר זאָל רעצענזירן אַ פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער ער אַליין טרעט אויף; אָבער מײַן ראָלע איז גענוג קליין, אַז איך מעג זאָגן מיט דער גאַנצער זשורנאַליסטישער אָביעקטיווקייט, אַז דאָס איז אַן אויסנאַם פֿון אַ פּיעסע, אַ מחיהדיקער מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל, וואָס דאָס פּובליקום האָט עס ליב ווי אַן אייגן קינד. דאָס אַלץ אַ דאַנק דער באַאַרבעטונג און רעזשי פֿון מאָטל דידנער, ווי אויך דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון אַבֿי פֿאָקס־ראָזען. (אַלע אַקטיאָרן און מוזיקער קען איך דאָ ניט אויסרעכענען, אָבער אויף איין פֿוס: אַלע שפּילן וווּנדערלעך!) זעט איר, ייִדן, דאָס רעדל דרייט זיך: גוטע טעאַטערס זײַנען דאָ, גוטע אַקטיאָרן, פּיעסעס — ס׳איז אונדז דאָך ווויל ווי די וועלט.
פֿון דעסטוועגן, איז נישט אַלץ ווי עס באַדאַרף צו זײַן. דער עיקר: אַלץ איז דאָ, נאָר קיין געלט איז ניטאָ. דערפֿאַר זײַנען ביידע פּיעסעס בלויז פֿאָרלייענונגען, וווּ די אַקטיאָרן האַלטן די סקריפּטן אין דער האַנט, און מע שפּילט בלויז 3—4 מאָל. ביידע טעאַטערס האָפֿן, אַז אין עולם געפֿינט זיך אַ ראָטשילד אָדער אַ בראָדסקי, וואָס וועט וועלן פֿינאַנצירן אַן אמתע אויפֿפֿירונג אויף דער גרויסער בינע, אַזוי ווי די צוויי פּיעסעס האָבן עס כּשר פֿאַרדינט. אָבער ווער קען וויסן, ווער קען זאָגן, צי משיח וועט קומען איידער עס וועט זײַן צו שפּעט?
ניו־יאָרק איז די טעאַטער־הויפּטשטאָט פֿון דער וועלט, איז נישט קיין חידוש וואָס דער עולם ווערט נישט נתפּעל אַפֿילו פֿון זייער גוטע זאַכן. נעכטן איז מען געווען אין דער מעטראָפּאָליטאַן־אָפּערע, מאָרגן גייט מען זען דעם נײַעם ספּעקטאַקל אויף בראָדוויי, קען דער הײַנטיקער ייִדישער טעאַטער זיך אַוודאי נישט פֿאַרגלײַכן מיט זיי. אָבער דאָס איז דורכויס אַ פֿאַלשער צוגאַנג. דער ייִדישער עולם דאַרף וויסן אָפּצושאַצן דאָס וואָס מע גיט אים. דער “נײַער ייִדישער רעפּערטואַר”, למשל, טוט אויף אַ סך, שטעלט זייער גוטע פּיעסעס — כּמעט אָן געלט. געניטע אַקטיאָרן, וואָס שפּילן שוין יאָרן אויף דער ייִדישער און ענגלישער בינע, אין פֿילמען און טעלעוויזיע, גיבן אָפּ פֿרײַוויליק אַ סך צײַט און כּוח; דאָס פּובליקום פּאַטשט בראַוואָ — און ווײַטער גאָרנישט. ווי לאַנג קען אָנהאַלטן אַזאַ מין אוממעגלעכע סיטואַציע?
נישט אַלץ, אַוודאי, ווענדט זיך אין געלט, פֿאַרשטייט זיך. עס זײַנען פֿאַראַן אָרגאַניזאַטאָרישע פּראָבלעמען, וואָס שטערן די געזונטע אַנטוויקלונג פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן טעאַטער. אָט, למשל, שטייט דער בנין פֿונעם ייִדישן אַקטיאָרן־פֿאַראיין אויף 7טער גאַס פּוסט און ליידיק די גאַנצע צײַט, אַ חוץ אַ פּאָר מאָל אין יאָר ווען דער “ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד אַקטיאָרן־קלוב” מאַכט דאָרט אַן אונטערנעמונג. איצטער האָט דער ני״ר צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע אויפֿגעפֿירט אַ פּיעסע אין דעם בנין — סײַ “אַגענטן”, סײַ אַ שפּאָגל־נײַע פּיעסע, “משיח אין אַמעריקע” פֿון משה נאַדיר. צו וואָס האָט מען געדאַרפֿט וואַרטן אַזוי לאַנג? און ווי לאַנג וועט מען נאָך וואַרטן, ביז מען וועט דאָרט שאַפֿן אַן אמת טעאַטערהויז, אַזוי ווי מיר נייטיקן זיך אין אים שוין כּמה־וכּמה יאָרן?
די צעשפּאַלטונג פֿון דער קליינער ניו־יאָרקער ייִדישער טעאַטער־וועלט אויף צוויי באַזונדערע גרופּעס איז אויך אַן אַבסורד. מיר זײַנען ניט סאַטמאַר אָדער באָבאָוו מיט זייערע טויזנטער חסידים, וואָס זיי קענען זיך דערלויבן זיך צו קריגן און מאַכן פֿון איין גרופּע צוויי, יעדע מחנה מיט די אייגענע חדרים און ישיבֿות אאַז״וו. אויב דאָס געלט איז ווייניק פֿאַר איין טעאַטער, וועט עס אַוודאי נישט קלעקן אויף צוויי. דאַרף מען זיך, סוף־כּל־סוף, אַן עצה געבן, שלום מאַכן מיט יענעם, און אַרבעטן צוזאַמען. בײַם ני״ר אַרבעטן עטלעכע פֿון די טאַלאַנטירטסטע ייִדישע אַקטיאָרן, וואָס נישט נאָר זיי האָבן אַ גרויסע דערפֿאַרונג אויף דער בינע, נאָר זיי רעדן אויך ייִדיש פֿליסיק. בײַ דער “פֿאָלקסבינע”, ווידער, אַרבעט מען אָפֿט מיט יונגע־לײַט, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש און דאַרפֿן זיך אויסלערנען די שורות פֿאָנעטיש. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די צוויי גרופּעס וואָלטן געווען שטאַרקער צוזאַמען: די יונגע־לײַט דערפֿרישן דעם טעאַטער, דער עיקר, מיט זייער מוזיקאַלישן טאַלאַנט, און דער עלטערער דור גיט צו זײַן געטרײַשאַפֿט צו דער אַלטער טראַדיציע, דעם חן פֿונעם עכטן ייִדישן אויסדרוק, און (וואָס מע טאָר נישט אונטערשאַצן) דעם ריכטיקן אַרויסרייד פֿון די ייִדישע ווערטער.
[…]
Read more: http://yiddish2.forward.com/node/4434.html