Jewish Genes

630 326 Jewish Website

דאָס איז זייער אַן אַלטער אַנעקדאָט:

אין מצרים האָט מען געפֿונען אַ מומיע פֿון אַ פּרעה, אָבער מע האָט קיין אַנונג  ניט געהאַט, וואָס פֿאַר אַ פּרעה איז עס געווען. איז באַשלאָסן געוואָרן זיך  ווענדן צו די אויסלענדישע עקספּערטן. זיי זײַנען געקומען, געקוקט אויף דער מומיע,  געטאַפּט זי, אָבער קיינער פֿון די געלערנטע האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן.  סוף-כּל-סוף איז געקומען אַ מענטש פֿון רוסלאַנד, פֿון “קיי-דזשי-בי”. ער האָט  פֿאַרבראַכט אַ האַלבע שעה אינעם חדר, וווּ די מומיע איז געלעגט, און איז אַרויס  מיט אַלע פּרטים — דער נאָמען פֿונעם פּרעה איז אַזאַ און אַזאַ, די נעמען פֿון  זײַנע ווײַבער, די צאָל קינדער וכ’. האָבן זיך אַלע געחידושט און גענומען פֿרעגן  דעם מאָסקווער מומחה: “פֿון וואַנען ווייסט איר דאָס אַלץ?” יענער האָט זיך ניט  געלאָזט לאַנג בעטן און דערקלערט: “ער האָט מיר עס אַלץ אַליין דערציילט”.

איצט ווערן אַזעלכע זאַכן געמאַכט אַנדערש: מע ווענדט זיך צו אַנדערע מומחים —  צו די געלערנטע, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט גענעטיק, מיט די-ען-איי. דער גענעטישער  קאָד דינט הײַנט זייער געטרײַ אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון לעבן. ער העלפֿט צו  אַנטפּלעקן דעם סוד פֿון אַ קרימינעלן ענין, צו קעמפֿן מיט קרענק און צו טאָן אַ סך  אַנדערע זאַכן. בפֿרט פּרוּווט מען צו געפֿינען אַן ענטפֿער אויף דער  אָנגעווייטיקטער פֿראַגע: פֿון וואַנען האָבן זיך גענומען די ייִדן, בפֿרט די  מיזרח-אייראָפּעיִשע?

פֿון לייענען מאַקס ווײַנרײַכס “געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך”, ווייסן מיר  דעם קאַנאָניזירטן סיפּור: פֿון דער טעריטאָריע פֿון הײַנטיקן ישׂראל איז אַ חלק  פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג זיך אַריבערגעקליבן אויף דער טעריטאָריע פֿון  הײַנטיקער איטאַליע. פֿון דאָרטן האָבן אַ סך פֿון זיי אין אַ צײַט אַרום זיך  געלאָזט אַהין, וווּ הײַנט איז דײַטשלאַנד, און טאַקע דאָרטן, בײַם טײַך רײַן, האָט  זיך קריסטאַליזירט דער אַשכּנזישער שבֿט. שפּעטער איז אַ היפּשער טייל פֿון  אַשכּנזים, וואָס האָבן שוין גערעדט און אַפֿילו געשריבן ייִדיש (אַ מערבֿדיקן נוסח  פֿון דער שפּראַך), זיך באַזעצט אין מיזרח-אייראָפּע. דאָרטן — אין פּוילן,  אוקראַיִנע, ליטע און אַנדערע בשכנותדיקע געגנטן — האָט זיך דער פּראָצעס פֿון  שאַפֿן דאָס מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדנטום פֿאַרענדיקט. און ייִדיש איז געוואָרן  מער אָדער ווייניקער די שפּראַך, וואָס מיר רעדן און שרײַבן הײַנט.

די מעשׂה איז אַ שיינע. דאָס מיינט דאָך, אַז איך — און מיליאָנען אַזעלכע ווי  איך — שטאַמען ניט פֿון עפּעס אַ וויסטעניש, נאָר דווקא פֿון גוטע,  הויך-ציוויליזירטע ערטער אין אייראָפּע. דער גאַנצער היסטאָרישער דרך, וואָס איז  דורכגעמאַכט געוואָרן דורך אונדזערע אָבֿות אין די לעצטע פּאָר טויזנט יאָר, שאַפֿט  אַ פּרעכטיקן יסוד פֿאַר כּלערליי אידעאָלאָגיעס.

קודם-כּל, זעט מען זייער בולט די פֿאַרבינדונג מיט ארץ-ישׂראל — פֿון דאָרטן  זײַנען די ייִדן אַרויס, צי מ’האָט זיי אַרויסגעטריבן. און ווײַטער איז עס — איין  קלייניקייט! — ביז גאָר ריינע, ממש ציכטיקע אייראָפּעיִשקייט. אמת, עס געפֿינען זיך  אייניקע דיסידענטן, וואָס דרייען מיט דער נאָז. זיי טענהן, אַז מיר, די אַשכּנזים,  האָבן זיך אויסגעפּיקט ניט בײַם טײַך רײַן, נײַערט ערגעץ אין בײַערן. איך ווייס ניט  ווי איר באַציט זיך צו אַזאַ געאָגראַפֿישער איבערקערעניש, אָבער מיר גייט עס ניט  אָן. מילא, זאָל זײַן בײַערן. דאָרטן איז אויך גאַנץ לײַטיש.

אַ סך ערגער איז אַן אַנדער פֿראַגע, וואָס שטעלן דיסידענטן פֿון דעם  וויסנשאַפֿטלעכן לאַגער, וווּ מע האַלט, אַז צוויי און צוויי מוז אומבאַדינגט זײַן  פֿיר. זייער פֿראַגע נעמט זיך פֿון דער דעמאָגראַפֿישער רעטעניש: ווי אַזוי, פֿרעגן  זיי, די קלאָץ-קשיאניקעס, האָבן די אַשכּנזים געקענט זיך אַזוי צעפּלאָדיען, אַז  אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט די צאָל מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן דערגרייכט אַזש  אַכט מיליאָן נפֿשות? די דעמאָגראַפֿן זאָגן, אַז אַזאַ באַפֿעלקערונג האָט געקענט  זיך שאַפֿן נאָר, אויב די ייִדן האָבן געהאַט צען מאָל אַזוי פֿיל קינדער ווי די  ניט-ייִדן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/167903/jewish-genes/#ixzz2wLOYGXmo

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website