איך װיל אױסטון מײַן גרױסן אַמעריקאַנער שמײכל,
װאָס באַדעקט טרױער און מידקײט און כּעס, און קינאה;
איך װיל אױפֿהערן צושאָקלען מיטן קאָפּ,
װי אַ מענטש װאָס האָט נישט קײן שׂכל.
אָדער בעסער געזאָגט, אַן אַמערקאַנישן שׂכל,
װאָס באַגריסט דעם שכן מיט אַ שמײכל אַזױ גרױס
און טראַכט בײַ זיך, אַז עס קומט אים אַ שטױס,
ס׳איז פּוסט און װערטלאָז אַזאַ שמײכל.
מע טוט שנעל אָן די באַקװעמע מאַסקע
און מ׳איז מענטשלעך, אײדל, און אַפֿילו פֿרײַנדלעך —
מיט ראַסיסטן, עגאָיִסטן און פּעסעמיסטן
אַ שמאָך גיט מען אָנשטאָט אַ פֿראַסקע.
אָבער עס גײט קומען אַ צײַט,
װען איך גײ זאָגן: „עד כּאַן, ניט אָל‘רײַט‟.
איך װיל שױן אַװעקטרײַבן דעם פֿאַלשן שלום-בית
און די פּאַרעװע „װאָס איז נײַעס?‟
היט זיך אָפּ פֿון אַזאַ טרעבושינע,
װען איכ׳ל אָפּשײלן דאָס שמײכל פֿון מײַן מינע.
די הינטיש-העפֿלעכע העװיה
װעט זײַן צעשמעטערט, אַ רויִנע.