אין „בית־בעסאַראַביע‟, דאָס הויז פֿון בעסאַראַבער ייִדן אין ישׂראל, האָט זיך נישט לאַנג צוריק צונויפֿגענומען אַן עולם פֿון בערך 100 מענטשן. אין דעם טאָג איז פֿאָרגעקומען די צערעמאָניע פֿון צוטיילן דעם בכּבֿודיקן פּרײַז פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום אויף יעקבֿ פֿיכמאַנס נאָמען. דער פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער אָרגאַניזאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן, ד״ר דני קאָרן, האָט געעפֿנט די טרעפֿונג מיט אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן, אין אָנדענק פֿון די לאַנדסלײַט, וואָס זײַנען אומגעקומען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער האָט אויך צוגעטיילט די פּרעמיע צו די צוויי לאַורעאַטן פֿון יאָר 2013.
דער באַשלוס צוצוטיילן אַ פּרעמיע אויף יעקבֿ פֿיכמאַנס נאָמען איז אָנגענומען געוואָרן אין יאָר 1963, פֿינף יאָר נאָכן טויט פֿונעם שרײַבער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון בעלץ, וואָס איז געווען צווישן די גרינדער פֿון דער „וועלט־פֿעדעראַציע פֿאַר בעסאַראַבער ייִדן‟. פֿיכמאַן האָט געשאַפֿן זײַנע פּאָעמעס, דערציילונגען און עסייען אויף צוויי שפּראַכן — ייִדיש און עבֿרית, דעריבער ווערט אויך דער פּרײַז צוגעטיילט די קולטור־טוער, וואָס שאַפֿן אויף איינער פֿון די צוויי נאַציאָנאַלע שפּראַכן: פּאָעטן, פּראָזאַיִקער, מוזיקער, אַקטיאָרן וכּדומה.
הײַיאָר איז דער פֿיכמאַן־פּרײַז צוגעטיילט געוואָרן צו צוויי קולטור־טוער, וואָס זייערע נעמען זײַנען באַקאַנט נישט בלויז אין ישׂראל, נאָר אויך איבער דער וועלט. דהײַנו: די מאָלערין און שרײַבערין מרים גאַמבורג און דעם קאָמפּאָזיטאָר, זינגער, גיטאַרע־שפּילער מיכאל מאַשקאַוצאַן.
מרים גאַמבורג איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אין אַ משפּחה פֿון צוויי מאָלערס — דער טאַטע, משה גאַמבורג, אַן אָנערקענטער קונסט־קלאַסיקער אין מאָלדאַוויע, און די מאַמע, יעווגעניע — אַ לאַנדשאַפֿט־מאָלערין און קינסטלערין פֿון טעאַטער־קאָסטיומען.
[…]