Most Israelis Don’t Consider Emigration

630 438

דער „ישׂראלדיקער אינסטיטוט פֿון דעמאָקראַטיע‟ האָט באַמערקט אינעם הײַיאָריקן „אינדעקס‟־באַריכט געוויסע שטאַרקע עלעמענטן פֿון פּאָלאַריזאַציע צווישן די ייִדישע און אַראַבישע תּושבֿים פֿונעם לאַנד. אין ביידע סעקטאָרן פֿון דער געזעלשאַפֿט, ווי די סטאַטיסטיק האָט אויפֿגעוויזן, איז נישט אַלץ אַזוי פֿויגלדיק, ווען עס קומט צו די דעמאָקראַטישע ווערטן. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז די קלאַנגען וועגן די פֿאַרשפּרייטע עמיגראַציע־שטימונגען צווישן די ישׂראלים זענען איבערגעטריבן. דינסטיק, דעם 10טן נאָוועמבער, האָט יוחנן פּלעסנער, דער פּרעזידענט פֿונעם אינסטיטוט, האָט פּרעזענטירט דעם נײַעם באַריכט פֿאַרן יאָר 2015 דעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין. דעם 11טן נאָוועמבער האָט די צײַטונג „דזשערוזאַלעם־פּאָסט‟ דערציילט וועגן די רעזולטאַטן פֿון דער נײַער פֿאָרשונג.

לעצטנס, האָבן זיך אין דער פּרעסע פֿאַרשפּרייט די ידיעות וועגן דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון די ישׂראלים, וועלכע האָבן געשאַפֿן גאַנצע אייגענע געגנטן אין בערלין, ניו־יאָרק, מעלבורן, קאַנאַדע און אַנדערע לענדער. למעשׂה, האָט דער אויספֿרעג געוויזן, אַז 84 פּראָצענט פֿון די ישׂראלדיקע בירגער ווילן אין ערגעץ נישט אַוועקפֿאָרן, אויב אַפֿילו זיי וואָלטן געקאָנט באַקומען אַן אויסלענדישע בירגערשאַפֿט. אין דעם פֿאַל, האָבן די ייִדן און אַראַבער אַרויסגעוויזן אַ סאָלידאַריטעט. ביידע גרופּעס האָבן ליב אַרומצופֿאָרן ווי טוריסטן, אָבער קלײַבן זיך נישט צו פֿאַרלאָזן ישׂראל אינגאַנצן.

ביידע גרופּעס גלייבן אָבער — בסך־הכּל בערך 60 פּראָצענט — אַז די אַראַבער אין ישׂראל לײַדן פֿון דיסקרימינאַציע. אַזוי האַלטן אַפֿילו 44 פּראָצענט פֿון די, וואָס האָבן זיך באַצייכנט ווי רעכט־געשטימטע בעת דעם אויספֿרעג. צווישן די, וואָס האַלטן זיך ווי לינק־געשטימטע, מיינען 80 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע, אַז דער אַראַבישער סעקטאָר ווערט דיסקרימינירט.

73.6 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע ייִדן האָבן געזאָגט, אַז פֿראַגעס פֿון שלום און זיכערהייט מוזן באַשליסן אַ ייִדישע מערהייט. ס׳רובֿ ישׂראלדיקע ייִדן — 53.6 פּראָצענט — מיינען, אַז ס׳רובֿ וויילער אין די ענינים פֿון פֿירערשאַפֿט, געזעלשאַפֿט און עקאָמאָניע דאַרפֿן זײַן ייִדן. דערצו, האָבן 56.6 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע ייִדישע ישׂראלים באַמערקט, אַז זיי זענען געשטימט קעגן דער עקזיסטענץ פֿון אַראַבישע פּאַרטייען אין דער רעגירונג און ווילן נישט דערלאָזן, אַז אַן אַראַבער זאָל דינען ווי אַ מיניסטער.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/192430/most-israelis-don-t-consider-emigration/#ixzz3rPdP9Nel