Video: Hasidic Child Politician

605 302

איינע פֿון די הויפּט־צילן פֿון אַ זומער־לאַגער איז צו לערנען די קינדער ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן אין זייער געזעלשאַפֿט. איין פּאָפּולערער אופֿן ווי אַזוי דאָס צו טאָן איז צו מאַכן וואַלן צווישן די קינדער אויף פֿאַרשידענע סימבאָלישע אַמטן און נעמען די דערוויילטע יונגע „באַאַמטע‟ מיט צו די זיצונגען, זיי זאָלן זיך לערנען ווי אַזוי מע פֿירט אָן מיטן זומער־לאַגער. בײַ די חסידישע ייִדן אין ניו־יאָרק האַלט מען אויך אָפּ אַזעלכע וואַלן.

לעצטנס האָט מען אַרויסגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ אַ גאָר חנעוודיקן פֿילם, אין וועלכן אַ חסידיש ייִנגל גיט זייער אַן ענטוזיאַסטישע רעדע אויף ייִדיש, אין וועלכער ער דערקלערט, פֿאַר וואָס די אַנדערע קינדער זאָלן אים דערוויילן ווי זייער „ראָש־המדריכים‟. ווי אַן עכטער פּאָליטיקער, זאָגט ער זײַנע שטיצער צו אַ ריי זאַכן, וואָס ער קען באמת ניט צושטעלן. ער זאָגט צו, למשל, אַז מע וועט מאַכן כאָטש צוויי „מעידזשאָר טריפּס‟ (ריזיקע רײַזעס) אַ וואָך, זען פֿאָרשטעלונגען מיט אַ קונצנמאַכער פֿיר מאָל אַ וואָך און געבן די קינדער אײַזקרעם אויף אַלע מאָלצײַטן.

דער יונגער פּאָליטיקער, „זאַלמי‟, שאַפֿט באמת אַ מין התלהבֿות בײַ זײַנע אָנהענגער און זיי הייבן אין גיכן אָן אַרויסשרײַען זײַן נאָמען. ער טאַדלט „די אַנדערע קאַנדידאַטן, וואָס געפֿינען זיך דאָ אין זאַל‟, און בעט, אַז זיי זאָלן זיך צוהערן צו די געשרייען פֿון די קינדער, וואָס שטיצן אים. ווי אַ דראַמאַטישער סוף צו זײַן רעדע, שרײַט „זאַלמי‟, אַז „דאָס ׳פֿאָן׳ (שפּאַס) הייבט זיך איצט אָן‟, און כּדי צו ווײַזן די קינדער, וויפֿל זיי וועלן הנאה האָבן פֿון זײַן קאַדענץ, וואַרפֿט ער צוקערלעך די קינדער אין זאַל.

נו, ס׳וואַקסט אַ פּאָליטיקער בײַ ייִדן! אויב ער קען אַזוי באַגײַסטערן קינדער צו אַכט אָדער נײַן יאָר, קען זײַן, אַז ער וועט גאָר ווערן דער ערשטער חסידישער „מייאָר‟ פֿון ניו־יאָרק. ווער ווייסט? לאָמיר האָפֿן, אַז ער וועט זיך באַנוצטן מיט זײַנע טאַלאַנטן נאָר לטובֿת דעם כּלל.

[…]

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/192567?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_campaign=New%20Campaign&utm_term=Oyneg%20Shabes#ixzz3ryNa0Imd