Peres: The Last Leader Raised in a Shtetl

650 418

מיט דער פּטירה פֿון שמעון פּערעס ז׳׳ל שליסן זיך אַ ריי היסטאָרישע תּקופֿות. במשך פֿון 70 יאָר איז דער גרויסער מנהיג געווען אַקטיוו אין כּמעט אַלע וויכטיקע געשעענישן אין ישׂראל און האָט געדינט אין אַלע הויכע מלוכישע אַמטן. ס׳איז מעגלעך, אַז ס׳זענען ניטאָ קיין אַנדערע היסטאָרישע פֿירער, וואָס האָבן געהאַט אַזאַ ריזיקע השפּעה אויף די געשעענישן אין אַ יונגן לאַנד אויף אַזאַ לאַנגער צײַט ווי שמעון פּערעס.

וועגן פּערעס׳ ראָלע ווי בן־גוריונס רעכטע האַנט, וועגן זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן און ווידערוווּקסן, זײַנע באַציִונגען מיט זײַנע פּאָליטישע קאָנקורענטן, זײַן קריטישע ראָלע בײַם גרינדן ישׂראלס נוקלעאַרער פּראָגראַם און זײַן אומדערמידלעכע קאַמף פֿאַר שלום אין די לעצטע 30 יאָר פֿון זײַן לעבן קען מען לייענען אין אַ ריי אַנדערע צײַטונגען. פֿאַר די „פֿאָרווערטס‟־לייענער איז אָבער כּדאַי צו באַטראַכטן נאָך אַ היסטאָרישע תּקופֿה וואָס האָט זיך געשלאָסן מיט פּערעס׳ פּטירה: ער איז געווען דער לעצטער גרויסער ישׂראלדיקער מנהג, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ שטעטל.

ווי עס האָבן לעצטנס געשריבן צוויי באַקאַנטע ישׂראלדיקער פּאָליטישע אַנאַליסטן אין „האָרץ‟, גדעון לוי און אַנשל פֿעפֿער, איז פּערעס׳ סטאַטוס ווי אַן אימיגראַנט פֿון פּוילן ניט קיין צופֿאַל, נאָר אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר וואָס האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף זײַן גאַנצער פּאָליטישער קאַריערע.

שמעון פּערעס שפּילט אין אַ מאַנדאָלין־אָרקעסטער אין ווישנעווע

שמעון פּערעס שפּילט אין אַ מאַנדאָלין־אָרקעסטער אין ווישנעווע

שמעון פּערסקי איז געבוירן געוואָרן אין אַפּריל 1923 אין ווישנעווע (דעמאָלט פּוילן, הײַנט ווײַסרוסלאַנד) בײַ אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה. אין דער היים האָט מען גערעדט ייִדיש אָבער זײַן פֿאָטער האָט אים אויך אויסגעשולט אין העברעיִש און רוסיש. פֿון דער שול האָט פּערעס זיך גוט אויסגעלערנט פּויליש. פּערעס׳ פֿאָטער האָט שטענדיק געוואָלט עולה זײַן קיין ישׂראל אָבער די משפּחה האָט אויך געהאַלטן נאָענטע קאָנטאַקטן מיט קרובֿים אין אַמעריקע — צווישן זײ איז געווען פּערעס׳ קוזינע בעטי פּערסקי, שפּעטער באַקאַנט ווי די אַקטריסע לאַורען באַקאַל.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199709/peres-the-last-leader-raised-in-a-shtetl/#ixzz4LfjEOQi4