Yiddish Around the World

630 350

זונטיק, דעם 13טן יולי וועט דער „ייִוואָ‟, צוזאַמען מיט דער „ייִדיש־ליגע‟, פֿאָרשטעלן אַ פּראָגראַם אויף ייִדיש לזכר ד׳׳ר מרדכי שעכטער ז׳׳ל און טשאַרנע שעכטער ז׳׳ל. אינעם ערשטן טייל פֿון פּראָגראַם וועט ד׳׳ר מרים טרין (אַ פּאָסטדאָקטאָראַנטקע בײַם דזשאַנס האַפּקינס אוניווערסיטעט) געבן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „דעם ייִוואָס נײַסטער אוצר: דער חיים גראַדע־ און אינע העקער־גראַדע־אַרכיוו‟. דער רעפֿעראַט וועט שילדערן דעם אינהאַלט פֿונעם אַרכיוו און זײַן באַטײַט פֿאַר ייִדישע שטודיעס.

ד׳׳ר טרין דינט איצט ווי די הויפּט־אַרכיוויסטקע בײַם „חיים גראַדע־ און אינע העקער־גראַדע־אַרכיוו‟ און איז צווישן די געציילטע מענטשן, וואָס האָבן דעם אַרכיוו אַדורכגעקוקט.

אינעם צווייטן טייל פֿון פּראָגראַם וועט בנימין שעכטער רעדן וועגן זײַן פֿאָטער מרדכי שעכטער ז׳׳ל. דערנאָך וועט אויפֿטרעטן די זינגערין מרים־חיה סיגל מיט ייִדישע לידער. סטיוו סטערנער וועט איר באַגלייטן אויף דער פּיאַנע.

די פּראָגראַם קומט פֿאָר 1 אַזייגער נאָך מיטאָג, בײַם „ייִוואָ‟ (15 וועסט 16טע גאַס). דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ אָבער די וואָס ווילן קומען מוזן רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריער. כּדי צו רעזערווירן אַן אָרט באַזוכט http://yivo.org/reservations אָדער קלינגט אָן 6080־246־212.

קורסן און פּראָגראַמען אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟

דעם זומער קומען פֿאָר צוויי פּראָגראַמען אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟ פֿאַר די, וואָס קענען שוין ייִדיש.

די „דזשיגאַן־פּראָגראַם‟: פֿאַר די, וואָס קענען שוין גוט ייִדיש אָבער ווילן זיך אויסלערנען ווי אַזוי צו רעדן אַ מער „אויטענטיש און געשמאַק לשון‟ וועט מען האַלטן אַ פּראָגראַם אויפֿן סמך פֿון די סקיצן פֿונעם באַליבטן ייִדישן קאָמיקער שמעון דזשיגאַן. די סטודענטן וועלן זיך צוהערן צו די סקיצן און באַטראַכטן די אידאָמען, מיט וועלכע ער האָט זיך באַנוצט. מע וועט אויך לייענען דער קאָמיקערס אויטאָביאָגראַפֿיע, „דער כּוח פֿון ייִדישן הומאָר‟. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 14טן יולי ביזן 8טן אויגוסט. די וואָס ווילן זיך אָנטיילנעמען מוזן בלײַבן אויף כאָטש איין וואָך. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט https://yiddishfarm.org/dziganprogram.html אָדער קלינגט אָן 5023־360־845.

„ייִדישע עסן‟: פֿאַר די, וואָס ווילן זיך לערנען, ווי אַזוי צו קאָכן ייִדישע מאכלים וועט פֿאָרקומען אַ סעמינאַר וועגן דעם אַשכּנזישן עסן, פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן אויגוסט. נאָך אינפֿאָרמאַציע: שרײַבט נפֿתּלי איידלמאַן, דעם דירעקטאָר פֿאַר דערציִונג בײַ דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, בײַם אַדרעס naftali@yiddishfarm.org.

רעפֿעראַט בײַם „שלום־עליכם־צענטער‟ אין בראָנקס

זונטיק, דעם 22טן יוני, וועט מרים האָפֿמאַן געבן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם ייִדישן טעאַטער מיטן נאָמען „הינטער די קוליסן פֿונעם ייִדישן טעאַטער‟. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט אויפֿטרעטן די זינגערין העטער קלײַן. בנימין שעכטער וועט זי באַגלייטן אויף דער פּיאַנע. די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 1:30 נאָך מיטאָג.

נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן 8017־326־646.

רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל

תּל־אָבֿיבֿ:

קולטור־קרײַז בײַם „אַרבעטער־רינג‟

מיטוואָך, דעם 25סטן יוני, וועט בעלאַ בריקס־קלײַן געבן אַ באַריכט וועגן דער טעטיקײַט פֿונעם קולטור־קרײַז בײַם „אַרבעטער־רינג‟. נאָכן באַריכט וועט אויפֿטרעטן דער מיכאל קלעפּפֿיש־כאָר, מיט דער באַטייליקונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו און מישאַ בלעכעראָוויטש בײַם קלאַוויר.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען 11:30 פֿאַרמיטאָג בײַם „אַרבעטער־רינג‟ (48 קלישר גאַס). נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 6764־517־03.

פּראָגראַם געווידמענט אַבֿרהם מאירקעוויטש

פֿרײַטיק, דעם 11טן יולי, בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, „בית־לייוויק‟, וועט מען האַלטן אַ פּראָגראַם וועגן דעם שרײַבער אַבֿרהם מאירקעוויטש און זײַן נײַ בוך „אויף דער עלטער‟, וואָס באַשרײַבט דאָס לעבן פֿון עלטערע לײַט אין די ישׂראלדיקע מושבֿ־זקנים. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען 11 אַזייגער בײַטאָג, בײַם לאָקאַל פֿון „בית־לייוויק‟ אין תּל־אָבֿיבֿ.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/179272/yiddish-around-the-world/#ixzz3524njYyg