Soviet Yiddish Culture Remembered

630 326

דער קינסטלער מיכאל צעכאַנאָווסקי (1889—1965) איז באַקאַנט ווי אַ פּראָמינענטער סאָוועטישער רעזשיסאָר פֿון אַנימאַציע־פֿילמען. אינעם יאָר 1930 האָט ער געשאַפֿן דעם ערשטן סאָוועטישן אַנימאַציע־פֿילם — די „פּאָסט‟. זײַנע קאָליריקע שאַפֿונג, אַ זעלטנקייט אין דער תּקופֿה פֿון שוואַרץ־ווײַסע פֿילמען, האָט אויסגענומען אין אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ די פֿריִיִקע ווערק פֿון דער באַרימטער פֿירמע „דיסני‟ זענען דעמאָלט נאָך געווען אַ חידוש. צעכאַנאָווסקי איז אויך געווען צווישן די ערשטע רעזשיסאָרן, וועלכע האָבן אויסגעאַרבעט אַ חידושדיקן מעטאָד צו קאָמבינירן דעם פֿילם מיטן קלאַנג אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן.

נישט לאַנג צוריק, האָט מאַיאַ קאָרסונסקאַיאַ, אַן אײַנוווינערין פֿון באָסטאָן, דערמאָנט אין איר אַרטיקל אויף רוסיש, אַז צעכאַנאָווסקי איז אויך געווען אַ גרויסער קענער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער מוזיק און שפּראַך. למשל, דער דערמאָנטער אַנימאַציע־פֿילם, „די פּאָסט‟, איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון שמואל מאַרשאַקס באַרימט ליד. צעכאַנאָווסקי האָט געשאַפֿן פּרעכטיקע אילוסוראַציעס צום רוסישן און ייִדישן וואַריאַנט פֿונעם דאָזיקן ווערק, מיטן נאָמען „בריוונטרעגער‟. דער איבערזעצער, בנימין גוטיאַנסקי, האָט איבערגעאַרבעט מאַרשאַקס אָריגינאַל און פֿאַקטיש געשאַפֿן אַן אייגן ליד. אַן אַנדער וואַריאַנט, פֿון לייב קוויטקאָ, הייסט „די פּאָטשט‟ און איז אַ סך נענטער צום אָריגינאַל. הגם מאַרשאַק, דער קלאַסישער רוסישער קינדער־פּאָעט, איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, שרײַבן האָט ער געשריבן אויף רוסיש.

אין איר אַרטיקל, דערמאָנט זיך קאָרסונסקאַיאַ וועגן אַ ריי אַנדערע באַרימטע סאָוועטישע ייִדישע קולטור־טוער, וועלכע זי האָט פּערזענלעך גוט געקענט. זי דערמאָנט זיך, אַז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן דרײַ רוסישע שיכּורים זיך אָנגעהויבן צו איר טשעפּען. ווען זי האָט דערקלערט, אַז זי איז אַ ייִדישע פֿרוי, האָבן זיי געוואָלט הערן, ווי אַזוי עס קלינג איר מאַמע־לשון. פֿון דער האַלב־גראַמאַטישער פֿראַזע „גייט שלאָפֿן, שיכּורים, גענוג שוין טרינקען‟, זענען זיי שטאַרק נתפּעל געוואָרן. צום באַדויערן, איז ייִדיש הײַנט אין רוסלאַנד אַ יקר־המציאה. פֿון די 1960ער ביז די 1990ער יאָרן האָט אָבער אין מאָסקווע געבליט דער פּרעכטיקער ליטעראַרישער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟; עס זענען כּסדר אַרויס ביכער אויף ייִדיש. קאָרסונסקאַיאַ דערמאָנט זיך, ווי אַהרן ווערגעליס, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם דאָזיקן זשונראַל, האָט איר אַמאָל געזאָגט, אַז בלויז בײַ געוויסע ייִדישע זינגער, אַרײַנגערעכנט נחמה ליפֿשיץ און מיכאל אַלכּסנדראָוויטש, איז פֿאַראַן אין זייער זינגען אַ „ייִדישער קוועטש‟. ווערגעליס האָט זי פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן לכּבֿוד זײַן יוביליי אינעם מאָסקווער „ליטעראַטן־הויז‟, ווײַל אין איר קול האָט ער דערהערט דעם זעלבן „קוועטש‟.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/194051/soviet-yiddish-culture-remembered/#ixzz3xjXvLXip