Vilna Partisan and Yiddish cultural activist Chayele Palevsky has died

1024 551 פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

דעם 20סטן סעפּטעמבער, דעם צווייטן טאָג ראָש־השנה, איז חיהלע פּאָרוס פּאַלעווסקי, אַ יאָרן־לאַנגע קולטור־טוערין פֿאַר ייִדיש און פֿאַרן אָנדענק פֿון דער ווילנער קולטור־ירושה — און איינע פֿון די לעצט־געבליבענע פֿון די ווילנער פּאַרטיזאַנער — געשטאָרבן אינעם „ריווער גאַרדען היברו האָום‟ אין דזשעקסאָנוויל, פֿלאָרידע, אַרומגערינגלט פֿון איר משפּחה.

חיהלע פּאַלעווסקי איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל סווענציאַן, איינע פֿון זעקס קינדער בײַ עליע־לייב און מלכּה פּאָרוס — געבילדעטע ייִדן, וועלכע האָבן געקענט פּערפֿעקט רוסיש און דײַטש. כאָטש אין הויז האָט מען גערעדט בלויז ייִדיש, האָט מען חיהלען און איר שוועסטער רחל געשיקט אין אַ פּוילישער שול. שפּעטער האָבן חיהלעס פֿליסיק פּויליש־רעדן און גאָלדענע לאָקן מסתּמא געהאָלפֿן זי ראַטעווען בעת דער נאַצי־תּקופֿה.

חיהלע איז פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער סווענציאַנער געטאָ און האָט דאָרטן זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־גרופּע, דורך וועלכער זי האָט געהאָלפֿן אַרײַנגנבֿענען געווער בײַ די דײַטשן. נאָך דעם וואָס מע האָט ליקווידירט די געטאָ, איז חיהלע געוואָרן קראַנק אויף טיפֿוס. מע האָט געהייסן זי און די משפּחה אַרײַנגיין אין אַ באַן וואָס מע האָט זיי געזאָגט אַז זי פֿאָרט קיין קאָוונע, נאָר אַן אַנדער מיטגליד פֿון איר פּאַרטיזאַנער־גרופּע האָט געהאַט אַ פֿאָרגעפֿיל, אַז עפּעס איז ניט גלאַטיק, איז ער מיט איר אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער באַן. ווען זי איז צוריקגעקומען אין ווילנער געטאָ, האָט זי זיך דערוווּסט, אַז אַלע אויף דער באַן, אַרײַנגערעכנט אירע טאַטע־מאַמע, האָט מען געפֿירט אין פּאָנאַר און דערשאָסן.

AUTHOR

פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Leave a Reply

Your email address will not be published.