What’s the weather like today? Well, it depends whether you live in the Northern Hemisphere (in which case it’s probably cold, snowy, rainy and/or windy) or in the Southern Hemisphere (where it’s more likely warm, humid, rainy or even stormy).
וואָס פֿאַר אַ וועטער איז הײַנט אין דרויסן? נו, סע ווענדט זיך צי מע וווינט אין דער צפֿון־העמיספֿער (וווּ ס׳איז מסתּמא קאַלט, שניייִק, רעגנדיק און/אָדער ווינטיק) צי אין דער דרום־העמיספֿער (וווּ ס׳איז גיכער וואַרעם, פֿײַכט, רעגנדיק אָדער גאָר שטורעמדיק).
cloud: די כמאַרע, ־ס; דער װאָלקן, ־ס
cloudy: פֿאַרכמאַרעט; פֿאַרכמורעט; כמאַרנע; פֿאַרװאָלקנט; װאָלקנדיק
drizzle/drizzling rain: דער שפּרײרעגן, ־ס; דאָס שפּריצרעגעלע, ־ך; דאָס (דריבנע) רעגנדל, ־עך
It’s drizzling: סע קאַפּעט <מראַקעט>; סע גײט אַ (דריבנע) רעגנדל
Leave a Reply