דער רוסישער גענעראַל לעאָניד שעבאַרשין איז צווישן די יאָרן 1989־1991 געװען דער שעף פֿון דעם רוסישן אױסערן אױסשפּיר־קאָמיטעט. אַן אַנדערער מענטש װאָלט פֿאַר אַ טײל פֿון אַזעלכע שאַרפֿע אַפֿאָריזמען געקענט קריגן אַ „צענערל‟ פּאָליטישער תּפֿיסה. עס װײַזט זיך אָבער אַרױס, אַז די סאָוועטישע הויך־ראַנגיקע טשינאָווניקעס האָבן זיך געהאַלטן בײַם אַלט־רױמישן שפּריכװאָרט — „װאָס איז דערלױבט יופּיטערן, איז ניט דערלױבט דעם אָקס‟. נאָך איין בײַשפּיל פֿון צבֿיעות צווישן דער סאָוועטישער ביוראָקראַטיע, וואָס האָט זי, סוף־כּל־סוף, געבראַכט צום קראַך פֿונעם רעזשים.
פֿון לעאָניד שעבאַרשינס אַפֿאָריזמען־ביכל „KGB שפּאַסט‟:
■ אַז מע גיט ניכטער אַ קוק אױף אונדזער לעבן, װיל זיך גלײַך שיכּור ווערן.
■ הינטער אונדז זײַנען געבליבן די פֿאַרברענטע בריקן און עס װאַרט אױף אונדז אַ צעשפּאָלטענע קאָרעטע.
■ די מאַנוסקריפּטן ברענען נישט. עס ברענען די פֿאַרלעגער.
■ דעמאָקראַטיע עקספּראָפּריִיִרט בײַם פֿאָלק יענע קלײניקײטן, װעלכע ס‘האָט אים געגעבן די דיקטאַטור, דהײַנו: אַרבעט, װױנונג, סטאַבילקײט. און אַנשטאָט אָט די קלײניקײטן באַקומט דאָס פֿאָלק „פֿרײַהײט‟.
■ עס איז ניט כּדאַי אומצוקערן זיך אין דער פֿאַרגאַנגענהײט. דאָרט איז שױן קײנער נישטאָ.
■ אױב ס‘װעט װײַטער אָנגײן פּונקט אַזױ, בלײַבט בײַם פֿאָלק ניט קײן כּוח, אַפֿילו פֿאַר אַ בירגערקריג.
■ דרײַ זאַכן באַגראָבט רוסלאַנד לעבעדיקערהײט: עבֿרידיקײט אָן קולטור, שיכּרות אָן פֿאַרבײַסן און די מאַכט אָן געװיסן.
■ אַלץ וועט בײַ אונדז רעאַליזירט ווערן אין דער צוקונפֿט. דװקא אָט דער געדאַנק גיט ניט קיין רו.
■ אַ סך מענטשן זײַנען אַװעק אין פּאָליטיק, װײַל פּאָליטיק ברענגט מער געלט װי אַ באַװאָפֿנטע רױבערײַ.
■ װאָס נאַרישער דער נאַטשאַלניק איז, אַלץ װײניקער צװײפֿלט ער אין זײַן אײגענער קלוגשאַפֿט.
■ ס‘איז נאָך דערווײַל ניט אַזױ שלעכט, מע זאָל זיך האָפֿן, אַז ס’װעט זײַן בעסער.
■ גרױס איז מאָסקװע, ס’איז אָבער ניטאָ װוּהין זיך אַהינטאָן. אַרום און אַרום איז רוסלאַנד!
■ די אינסטרומענטן פֿון דער מאַכט — דער שאָטן פֿון אַ בײַטש און אַ געשפּענסט פֿון אַ פּלעצל.
■ אַן עפּיטאַפֿיע איז אַ געשטאָרבענער עפּיגראַף.
■ אונדזער לאַנד װעט ניט איבערלעבן נאָך אײן נצחון פֿון דעמאָקראַטיע.
■ אַן אײביקע פֿראַגע פֿונעם רוסישן אינטעליגענט איז ניט „װער איז שולדיק?‟ און ניט „װאָס זאָלן מיר טאָן?‟, נאָר „װער װעט באַצאָלן?‟
■ מיר, רוסן, זײַנען זײער טאַלאַנטירט. באַזונדערס — אונדזערע ייִדן!
■ אַן אַלט־באַקאַנטע קרענק איז װײניקער געפֿערלעך װי אַן אומבאַקאַנטער דאָקטער.
■ קײן אײן אַרבעט זעט ניט אױס שװער און שמוציק, װען מע קען זי טאָן מיט פֿרעמדע הענט.
■ גאָטעניו, מיר לעבן איבער שווערע צײַטן, און קײנעם האָט מען נאָך ניט צעשאָסן!? גלײַך װי ניט אין רוסלאַנד קומט עס פֿאָר!
■ אײנע פֿון די פֿונדאַמענטאַלסטע מענטשן־רעכט איז צו שפּײַען אין ברונעם אַרײַן.
■ נאָכן יוגנטלעכן ראָמאַנטיזם קומט דער זקנישער רעװמאַטיזם.
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/171604/#ixzz2aAkaUkH2